וואשינגטאן - ארטאדאקסישע ארגאניזאציעס האבן אויסגעדרוקט לויב און שטיצע פאר דעם נייעם ריכטער וואס פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט דעם אנפאנג וואך צו די העכסטע געריכט אין לאנד. די חרדי'שע גרופעס דרוקן אויס קאנפידענץ אז ער וועט אין די ענדע נאמינירט ווערן צו די פאזיציע, און וועט שטיין צו באשוצן די רעליגיעזע רעכטן און פרייהייט, א טעמע וואס איז שטארק נוגע פאר דעם היימישען ציבור אין אמעריקא פאר לאנגע יארן בעז"ה.

פרעזידענט טראמפ האט מאנטאג געמאלדן זיין אויסוואל צו ערזעצן די זיץ פון ריכטער קענעדי וועלכער וועט ריטייערן פון די געריכט די ענדע פון דעם מאנאט. ריכטער קענעדי, געשטעלט צו די פאזיציע דורך פרעזידענט רעיגען, איז געווען דער אזוי-גערופענער מעסיגע שטימע וואס האט געהאלטן די געריכט גענויגט אויף די זייט פון די קאנסערוואטיווען, אבער האט פון צייט צו צייט געקענט זיך צוזאמענשטעלן מיט דעם ליבעראלן בלאק אויף די געריכט. טראמפ האט נאמינירט ריכטער ברעט קאוואנאו, און ער גייט אין די טעג אדורך די נאמינאציע פראצדור אין קאנגרעס.

די אידישע ארגאניזאציעס הייבן ארויס קאוואנאו'ס רעקארד צו באשוצן די רעליגיעזע פרייהייט, אלס עפעס וואס איז אין די אינטערעסע פון די אידישע געמיינדע. א צאל פון זיינע אורטיילן אין די נושא צייגט זיין שטארקע שטיצע פאר רעליגיעזע גרופעס אנטקעגן רעגירונג פארזוכן זיך צו אריינמישן אין רעליגיעזע אנגעלענהייטן. אנדערע צייגן אויך אן אויף די פאקט אז ריכטער קאוואנאו האט, אין די צייט וואס ער איז נאך געווען א פריוואטער אדוואקאט, אנגענומען א קעיס צו פארטיידיגן א אידישע קהילה אין מערילאנד וואס איז אויסגעשטאנען שיקאנירונגען פון די ארטיגע זאונינג באורד. די לאקאלע באורד האט נישט געוואלט שענקען די פערמיטן פאר די געביידע, און קאוואנאו האט געקעמפט אין געריכט אין שטיצע פון די קהילה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל