טעהראן – איראן וועט אפשטעלן סיי וועלכע אויל עקספארטן פון דורכפארן דעם "הארמוז וואסער וועג", די וועלט'ס וויכטיגסטע אויל-ליפערונג וואסער, אויב וועט אמעריקע טאקע באווייזן אז אנדערע לענדער זאלן מער נישט קויפן קרוד-אויל פון איראן. די סטראשע איז געקומען פון א באאמטער אינערהאלב די איראנער "רעוואלוציאנערע גארד", די ספעציעלע געפארפולע אפטיילונג פון די איראנער מיליטער.

"סיי וועלכע פיינטליכע פארזוך פון אמעריקע, וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט א טייערע קאסטן פאר אמעריקע", האט געזאגט עסמאאיל קאווסארי, דעפיוטי קאמאנדיר פון די רעוואלוציאנערע גארד. "אויב איראנער אויל עקספארטן וועלן ווערן פארמיטן, וועלן מיר נישט געבן ערלויבעניש פאר אויל צו ווערן עקספארטירט צו די איבריגע וועלט, דורכ'ן הארמוז וואסער שטראז" – האט קאווסארי געסטראשעט.

דער הארמוז וואסער-וועג שטייט ביים עפענונג פונעם פערסישן גאלף, וואו עס פארן טעגליך אומצאליגע טאנקער שיפן אנגעפולט מיט אויל, און עס ווערט געשאצט אז דורכ'ן הארמוז ווערט געליפערט יעדן איינציגן טאג דרייסיג פראצענט פון די וועלט'ס קרוד-אויל און אנדערע פליסיגקייטן. אויב וועט איראן טאקע בלאקירן דעם הארמוז וואסער וועג, וועט דאס שאפן אן אומגעהויערער מאנגל אין אויל, און וועט פירן צו א פרישע שטאפל אין די אנגעצויגנקייטן צווישן איראן און דער מערב וועלט.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל