פרעמיער ביבי נתניהו שטאט אפ א באזוך אין מאסקעווע; קאנפערירט מיט פוטין איבער דער מצב אין סיריע; ביבי דערקלערט אז ער וועט בשום אין אופן נישט צולאזן אז איראן זאל זיך באקוועם מאכן אין די גולן הויכן

פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט אפגעשטאטעט א פרעזידענטליכע באזוך אין רוסלאנד נעכטן, ביי וועלכע ער האט זיך געטראפן פאר א פריוואטע זיצונג מיט פרעזידענט פוטין, ביי וועלכע די צוויי פירער האבן איבערגעשמועסט די סיטואציע אין סיריע. דער דאזיגע באזוך איז שוין דער 'צענטע' אזא סארט באזוך אין מאסקעווע דעם יאר...! וואס ווער ס'קען אביסל דער הלוך ילך מיט דער קייזער פון דער וועלט.. אוי, אנטשולדיגט... פון רוסלאנד.. ווייסט אז דאס מיינט גאר אסאך, און אז דאס איז ספעציעל אזוי באשטימט געווארן, כדי צו שיקן א קלארע מעסעדזש פאר וועם מען דארף, אז רוסלאנד וועט זיך נישט ברעכן פון איר יעצטיגע פאזיציע, און וועט ווייטער ערלויבן אומעמטליך פאר די איזראעליס א פרייע האנט אין סיריע, ביי ועלכע זי טוט אויסראטן איראנער באזעס אדער כיזבאלא אקטיוויטעטן.

ווי באקאנט האט רוסלאנד באוויזן מיט איר מאסיווע מיליטערישע הילף צוריקצוברענגען פרעזידענט אסאד צו דער מאכט, אבער האט לכבוד דעם געדארפט אנקומען צו 'גראונד' טרופן אויף דער ערד, עפעס וואס רוסלאנד האט נישט געהאלטן ביים מנדב זיין.. אסאד האט אנגע'שדכנ'ט די איראנישע קרעפטן און ווי אויך די שאייטישע חיזבאלא, וואס האבן טאקע אראפגעלייגט א מורא'דיגע דזשאב. אבער צוזאמען מיט דעם ניצחון קומט דער אפעטיט.. איראן מיט די חיזבאלא האבן זיך גענומען אויפבויען באזעס איבעראל לעבן דער גרעניץ מיט מדינת ישראל, א פאקט וואס מדינת ישראל טוט נישט פארשווייגן, נאר טוט כסדר באמבארדירן און חרוב מאכן א יעדע סארט אחוזה וואס איראן וויל נאר אראפשטעלן, דאס אלעס קומט פאר מיט פוטינ'ס שטילע הסכמה, צוליב דעם וואס פוטין קען באשטיין צו גיין צווישן די טראפן און האבן אויך גוטע באציאונגען מיט מדינת ישראל. לעצטענס האט איראן אויפגעהויבן א וויי געשריי אז מדינת ישראל גייט שוין איבער אלע גרעניצן מיט אירע אטאקעס, און האט פארלאנגט פון פוטין אז ער זאל זען דאס אפצושטעלן. דער דאזיגע זיצונג מיט ביבי, ביי וועלכע די צוויי האבן נאר אויסגעטוישט שבחים איינער אויפן צווייטן מיט ריזיגע שמייכלעך, טוט שיקן א מעסעדזש צו איראן, אז זיי זאלן נישט חלומ'ן פון א טויש אין דער ביז יעצטיגע פאליסי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל