וואַשינגטאָן. — די פעדעראַלע אַוועישאָן דעפּאַרטמענט (עף–עי–עי) האָט צוריקגעוויזן די געדאַנק פון שטעלן מינימום סטאַנדאַרטן פאַר עראָפּלאַן זיצן און פּלאַץ פאַר די פיס אַלס אַ זיכערהייטס אישו. די "עף–עי–עי" האָט געזאָגט, אַז זי זעט נישט קיין זאָפאָרטיגע זיכערהייטס אישו וואָס פארלאַנגט פרישע רעגולאַציעס, אָנווייזענדיג 7 לעצטע עקסידענטן ביי וועלכע פּאַסאַזשירן האָבן באַוויזן צו עוואַקואירן.
די עראָפּלאַנען זענען היינט צו–טאָג אָנגעפילט מיט מער פּאַסאַזשירן ווי סיי ווען פריער. די רייזענדע זענען עלטער און וועגן מער, די פלי–סטואַרדס וואָרענען וועגן אַ וואוקס פון קריגערייען ווען דער עראָפּלאַן איז אין די לופטן, און עקספּערטן פרעגן, צי ווען די רייעס געפּאַקטע זיצן זענען נענטער איינס צו די אַנדערע, קען עס מאַכן שווערער פאַר די פּאַסאַזשירן צו עוואַקואירן נאָך אַן עראָפּלאַן–קראַך.
איידער סיי–וועלכע נייע עראָפּלאַן ווערט ערלויבט צו פליען, מוז דער פּראָדוצירער קענען אויפווייזן אַז יעדער איינער קענען עוואַקואירן אין 90 סעקונדעס בעת האַלב פון די עקזיטס זענען בלאָקירט.
נאָכ'ן איינשטעל די טשעקט–בעגס אָפּצאָל אין 2008, האָבן מער פּאַסאַזשירן אָנגעהויבן אַרויפצונעמען קערי–אָן בעגס אויפ'ן עראָפּלאַן, וואָס ברענגט צו פאַרמערטע שטרייטן מלחמה פאַר פּלאַץ אין די אָווער–העד קעסטל. די אָנגעצויגנקייט ציט זיך אַריבער דורכאויס די רייזע ווען פּאַסאַזשירן האַקן אַריין זייערע עלנבויגנס אויף די אָנלאַנערס און קלאַפּן אַריין זייערע קניען קעגן די טישן. אָנגעבליך זענען דאָ מער פעלער פון לופט שטרייטן, נאָר פיל גיין דורך אומבאַריכטעט.
דאָס האָט אָבער געברענגט שטייגענדע פראַגעס אויב די שטייגענדע געדיכטקייט פון זיץ–פּלאַץ, מיינט אַז פּאַסאַזשירן וועלן נישט קענען צייטליך עוואַקואירן נאָך אַ קראַך. די "פלייערס רייט" גרופּע איז געגאַנגען צום געריכט, צו צווינגען די "עף–עי–עי" צו נעמען שריט דערוועגן. די גרופּע זאָגט, אַז אומבאַקוועמע עראָפּלאַנען אינאיינעם מיט ברייטערע פּאַסאַזשירן באַדייט אַז אין פאַל פון עמוירדזשענסי קען מען נישט עוואַקואירן אין 90 סעקונדעס.
די פעדעראַלע אַוויעישאן אַדמיניסטרעישאן האָט אָנגעוויזן אין געריכט, אַז זי האָט דורכגעפירט פאַרשידענע טעסטן אַריינגערעכנט ווי שנעל פּאַסאַזשירן קענען עוואַקואירן פון אַן עראָפּלאַן און ווי שנעל זיי קענען זיך אָנטאָן דעם לייף–וועסט.
אָבער אַן "עף–עי–עי" פאָרשער האָט עדות געזאָגט אין געריכט, אַז יענע טעסטן זענען דורכגעפירט געוואָרן ביים באַנוצן זיך דורך עראָפּלאַנען מיט 31 אינטשעס צווישן יעדע רייע זיצן. פילע פּאַסאַזשירן עראָפּלאַנען האָבן היינט ווייניגער פּלאַץ פאַר די פיס. צום ביישפּיל, "יונייטעד עירליינס" האט 30 אינטשעס פּלאַץ, אויף געוויסע עראָפּלאַנען, און "ספּיריט עירליינס" שטעלט צו בלויז 28 אינטשעס. טייל עירליינס שלאָגן פאָר פאַר פּאַסאַזשירן מער פיס–פּלאַץ, אויב זיי זענען גרייט צו באַצאָלן דערפאַר — געווענליך 50 דאָלער פּער רייזע. אָבער פילע פּאַסאַזשירן זענען נישט גרייט צו צאָלן דעם זייטיגן אָפּצאָל.
אויך דער לאָיער פון די "פלייערס רייט" גרופּע האָט אָנגעוויזן, אַז אין די הייטיגע וועלט געדויערט עס מער ווי 90 סעקונדעס פאַר מענטשן צו עוואַקואירן, און די "עף–עי–עי" האָט זיך פאַרלאָזט אויף טעסטן פון 90 'ער יאָרן נוצנדיג מענטשן וועלכע זענען נישט געווען אין די זעלבע אומשטענדן ווי די היינטיגע פּאַסאַזשירן.
נאכדעם וואָס די "עף–עי–עי" האָט שוין איינמאָל צוריקגעוויזן די "פלייערס רייט" גרופּע, האָט אַ פעדעראַלֹע אַפּעלאַט–געריכט פאַראָרדענט די אַגענטור דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, נאָכאַמאָל אַריינצוקוקן אין די אישו, זאָגענדיג אַז זי האָט זיך פארלאָזט אויף אַלטע און אומרעלעוואַנטע טעסטן און שטודיעס. דער לאָיער זאָגט, אַז די גרופּע וועט מעגליך צוריקגיין צום אַפּעלאַט–געריכט צו צווינגען די "עף–עי–עי" צו נעמען שריט.
עראָפּלאַן פּראָדוצירער האָבן צוגעשטעלט ווידעאָוס פון עוואַקואַציע–טעסטן צו צייגן אַז עס איז נישט נויטיג די נייע רעגולאַציעס. "באָואינג" האָט געזאָגט, אַז אין 1996 האָט זי דורכגעפירט אַ טעסט מיט 351 פּאַסאַזשירן וועמענס זיצן האָבן פארמאָגט בלויז 28 אינטשעס צווישן די רייעס, און די רעזולטאַטן זענען נאָכגעקומען די "עף–עי–עי" עוואַקואַציע–סטאַנדאַרטן.
אַ זיכערהייטס אינזשעניר וועלכער האט געאַרבעט פאַר די "עף–עי–עי" במשך 36 יאר האָט געזאָגט, אַז פאר ברייטערע פּאַסאַזשירן קען געדויערן מער צייט צו אַנטלויפן, דעריבער האָט די אַגענטור געשטעלט מינימום סייזעס פאַר די עקזיטס העכער די פליגל. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז די גרויסקייט מאַכט נישט קיין דיפערענץ אין צייט וואס געדויערט אַוועקצוגיין פון אַ זיץ צו די דורכגאַנג.
אין אַן אַפידעיוויט, האָט דער אינזשעניר אָנגעוויזן אויף זיבן עקסידענטן זייט 15 ' ביי וועלכע פּאַסאַזשירן האָבן באַוויזן צו אַנטלויפן פון די עראָפּלאַנען, וואָס זענען געווען אויסגעשטעלט נאָכצוקומען די יעצטיגע סטאַנדאַרטן. געוויסע פּאַסאַזשירן זענען געשעדיגט געוואָרן דורכאויס די עוואַקואַציעס, אָבער קיינער איז נישט געשטאָרבן אין פייערס. ער האט געזאָגט, אז עס זענען נישט געווען קיין באַריכטן אַז זיץ–גרויסקייט אָדער די פיס–פּלאַץ האָט פארלאַנגזאַמט סיי–וועלכע פון די עוואַקואַציעס.
אָבער דער יעצטיגער באַשלוס פון די "עף–עי–עי" איז דאָס לעצטע וואָרט אויף עראָפּלאַן זיצן.
א קאָנגרעס-דורכגעפירטע 'ביל' וועט פאַרלאַנגען פון די "עף–עי–עי" צו שטעלן מינימום זיץ–גרויסקייט, כאָטש עס וועט איבערלאָזן די באַשלוס צו די אַגענטור איבער די גענויע מיטלען. דער 'ביל' ליגט יעצט אינעם סענאַט.
דעם פאַרגאַנגענעם חודש, האָט דער אינספּעקטאָר–דזשענעראַל פון די טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט געמאָלדן אַן איבערזיכט פון די "עף–עי–עי" עוואַקואַציע סטאַנדאַרדן, אָנוויזענדיג אַז די היינטיגע עראָפּלאַנען האט מער זיצן, פּאַסאַזשירן זענען גרעסער און ברייטער, און זיי האָב ן מער האַנט–באַגאַזשן.
דער אינספּעקטאָר–דזשענעראַל האָט רעאַגירט צו אַ פאַרלאַנג פון קאָנגרעסיאָנאַלע טראַנספּאָרטעישאָן קאָמיטי מיטגלידער, וועלכע האָבן נאָכגעפאָלגט אַ צעטומלטע עוואַקואַציע פון אַן "אַמעריקאן עירליינס" עראָפּלאַן אין שיקאַגאָ נאָכדעם וואָס אַ פייער האָט אויסגעבראָכן אויף איינע פון אירע מאָטאָרן.
די טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט האָט דעם פאַרגאנגענעם גענומען די שריט נאָכדעם וואָס דער סענאַטאָר טשאָק שומער האָט פארלאַנגט פון די אַגענטור צו שאַפן סטאַנדאַרטן פאַר די גרויסקייט פון זיצן אין די קאָמערציעלע עירליינס, וואָס ער טענה'ט אַז די פּאַסאַזשירן ווערן יעצט געצוואונגען צו זיצן אויף עראָפּלאַנען צוזאַמענקוועטשט "ווי סאַרדינען".
שומער האָט אָנגעוויזן, אַז די דורכשניטליכע פּלאַץ צווישן די רייעס זיצן איז געפאַלן פון 35 אינטשעס אין די 70 'ער יאָרן צו די יעצטיגע דורכשניט פון אַרום 16.5 אינטשעס! ער טענה'ט, אַז די פאָדערונג דאַרף אָפּהאַלטן די עירליינס פון נאָך מער איינציען די זיצן און זיץ–הויכקייט און דאָס פּלאַץ צווישן די זיצן–רייעס אויף עראָפּלאַנען. מאָמענטאַל זענען נישט פאַראַן קיין פעדעראַלֹע באַגרעניצונגען אויף ווי נאָענט עס מעג זיין אַ רייע פון זיצן אויף אַן עראָפּלאַן, אָדער ווי ברייט דאָס מוז זיין.

הוסף רשומת תגובה