לאנדאן – בשעת'ן וויילן אין ענגלאנד, פאר געשפרעכן מיט פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי און א באגעגעניש מיט די קעניגין, האט די בריטישע "סאן" צייטונג פובליצירט אן אויפברויזיגע אינטערוויו וואס פרעזידענט טראמפ האט זיי געגעבן, אין וועלכער ער קריטיקירט גאר האסטיג די פרעמיער מיניסטארשע.

אינעם אינטערוויו באשולדיגט טראמפ מעי איבער דעם ברעקזיט כאאס, זאגנדיג אז זי באהאנדלט נישט גוט די אישו, און צוליב איר שטייט יעצט ענגלאנד מיט א שוואכן דיעל איבער ברעקזיט מיט אייראפע. אויך האט ער געזאגט אז ענגלאנד'ס שוואכע אימיגראציע געזעצן זענען שולדיג פאר אייראפע'ס טעראר כוואליע.

אין דער אינטערוויו טוט טראמפ קלארשטעלן, אז אויב וועט ענגלאנד שליסן א שוואכן ברעקזיט אפמאך מיט אייראפע, וועט ער נישט זיין גרייט צו מאכן א האנדלס-דיעל צווישן אמעריקע און ענגלאנד – א זאך אויף וועלכע ענגלאנד וועט זיין קריטיש אנגעוויזן נאכדעם וואס זי פארלאזט טאקע דעם אייראפעאישן יוניאן.

צווישן אנדערן האט טראמפ אראפגעריסן לאנדאן'ס מעיאר קהאן, און געזאגט אז דער געוועזענער אויסערן מיניסטער באריס דזשאנסאן – וועלכער האט די וואך רעזיגנירט צוליב ברעקזיט – וואלט געווען א געלונגענער פרעמיער מיניסטער. ער האט אויסגעדרוקט אנטוישונג אז ער ווערט נישט פריינטליך אויפגענומען אין לאנדאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל