קאליפארניע – א פייערלעשער איז געשטארבן שבת, ביים באקעמפן א וואלדפייער וועלכע ברענט נעבן די יאסעמיטי נעשאנעל פארק אין קאליפארניע. דער פייערלעשער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ברענדאן ווארני, און ער איז אומגעקומען בשעת'ן דרייוון א טראקטאר שבת פארטאגס, אלס טייל פון אן אפעראציע אויסצורייסן ביימער, צו פארמיידן דעם דארטיגן וואלדפייער פון זיך פארשפרייטן ווייטער. ווארני'ס טויט איז שוין די צענטע פאטאליטעט פון פייערלעשער פון די היי יאריגע וואלדפייערן, וואס אויב האלט דאס אן ווי ביז יעצט, וועלן זיין היי יאר פיל מער אומגעקומענע פייערלעשער ווי פאראיאר, ווען דורכאויס'ן גאנצן יאר זענען אומגעקומען 14 פייערלעשער פון וואלדפייערן.
הוסף רשומת תגובה