וואשינגטאן – א פרישער באריכט אינעם "ניו יארק טיימס" אנאליזירט אפאר דעמאקראטן וואס האבן שוין אנגעהויבן מאכן צוגרייטונגען צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020. צווישן די קאנדידאטן וואס האבן שוין באשלאסן זיכער צו לויפן, איז סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסעטשוסעטס. אויך קלערט וויצע פרעזידענט ביידען, סענאטאר קאורי בוקער, סענאטאר קאמאלע העריס און סענאטאר בערני סענדערס צו לויפן פאר פרעזידענט. צווישן אנדערע קאנדידאטן וואס טראכטן פון מעגליך לויפן, איז דער לאס אנדזשעלעס מעיאר עריק גארסעטי. דער "טיימס" ברענגט אראפ קאמענטארן פון די דערמאנטע אינדיווידועלן, וויאזוי זיי האבן אין לויף פון די לעצטע איינס און א האלב יאר נאכאנאנד קריטיקירט און אראפגעריסן דעם פרעזידענט ביי יעדן גרויסן סקאנדאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל