לאס אנדזשעלעס – די עקזעקוטיווע באורד אינערהאלב דעם דעמאקראטישן פארטיי'ס פליגל אין קאליפארניע, האט געשטימט צו אינדארסירן דעם ליבעראלן סטעיט סענאטאר קעווין דע-ליאן (Kevin de León), פאר די נאוועמבער וואלן, אנשטאט אינדארסירן די אמטירנדע דעמאקראטישע סענאטארשע דייען פיינסטיין וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג. פיינסטיין האט באזיגט דע-ליאן ביי די פריימעריס מיט א מאנאט צוריק, אבער קאליפארניע'ס אינטערעסאנטע וואל געזעצן וועט ערלויבן דע-ליאן צו לויפן אין נאוועמבער אויך, און אצינד האט די פארטיי פארלאזט פיינסטיין, שרייבנדיג אין א סטעיטמענט אז צייטן האבן זיך געביטן, און עס איז צייט פאר א נייעם געזיכט צו פארטרעטן די דעמאקראטן פון קאליפארניע אינעם סענאט.
הוסף רשומת תגובה