פראנקרייך – פראנצויזישע אידן האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג, נאכדעם וואס א גרופע פסיכאלאגישע עקספערטן האבן דערקלערט, אז דער פארשוין קאבילי טראורא איז נישט גענוג גייסטיש געזונט צו קענען געשטעלט ווערן פאר א פראצעס. טראורא ווערט באשולדיגט אין דורכפירן די ברוטאלע מארד פון די 65 יעריגע אידישע פרוי שרה חאלימי הי"ד מיט העכער א יאר צוריק, און די פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן ביז יעצט שוין אויך ארומגעשלעפט מיט'ן פראצעסירן און אנקלאגן דעם פארשוין. יעצט איז געשטעלט געווארן די פרישע בלאקאדע, מיט דער דערקלערונג פון די פסיכאלאגישע עקספערטן אז ער וועט נישט קענען אויסשטיין קיין פראצעס.
הוסף רשומת תגובה