וואשינגטאן – ניו יארק סענאטאר טשאק שומער וויל, אז די פעדעראלע רעגירונג זאל אויספארשן, פארוואס מ'הערט לעצטנס מער פעלער אז קליינע קינדער דערטרענקען זיך אין וואנעס און אין שווים-באסיינען. שומער זאגט, אז קודם דארף מען דערגיין פארוואס מ'הערט לעצטנס מער אזעלכע פעלער, און נאכדעם דארף די רעגירונג זען וואס מען קען טאן, עס צו פארמיידן. שומער זאגט אז איין עצה וואלט געווען, אז דאקטוירים און נוירסעס זאלן לערנען מיט עלטערן פון ניי-געבוירענע קינדער, איבער דער סכנה פון דערטרענקען זיך, בשעת מען באדט קליינע קינדער אדער מ'לאזט זיי שווימען אין שווים באסיינען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל