דעלאוועיר – דער מעיאר פון דעלאוועיר'ס גרעסטע סיטי האט זיך שטארק אנטשולדיגט, נאכדעם וואס מוסולמענער קינדער זענען אנגעווארנט געווארן אז זיי זאלן נישט אריינקומען שווימען אין די שטאט'ס מוניציפאלע פובליק שווים-באסיין צוליב זייער רעליגיעזע קליידונג. די אנטשולדיגונג איז געקומען, ווען די נייעס איבער דער אנווארענונג פאר די קינדער איז פארשפרייט געווארן איבער'ן לאנד, און האט באלד געברענגט א שטורעם, מיט באשולדיגונגען פון דיסקרימינאציע. מעיאר מייק פורזשיקי האט אין א סטעיטמענט זיך אנטשולדיגט, זאגנדיג אז דאס וואס מ'האט נישט אריינגעלאזט די קינדער, איז ווייל דער באסיין האט א זיכערהייט רעגולאציע אז קינדער טארן נישט טראגן צופיל קליידונג, ווייל דאס קען זיין א סעיפטי געפאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל