לאנג איילענד – דער סאמע גרעסטער פאסאזשיר באן-סיסטעם אין לאנד, נעמליך די "לאנג איילענד רעילראוד" סיסטעם, האט געמאלדן אז עס האט זיך געמאכט אן ערנסטער פראבלעם, אז די טיקעטס וואס זי פארקויפט אין די לעצטע שטיק צייט, פאר רייזעס פאר'ן קומענדיגן מאנאט, לייענט זיך אז ס'איז גוט פאר יאר 2016 און פאר יאר 2019. רייזנדע וועלכע באקומען זייערע מאנאטליכע טיקעטס דורכ'ן פאסט, וועלן זען אז זייערע טיקעטס זענען פאר יאר 2019 אנשטאט היי יאר, און טיקעטס וואס ווערן פארקויפט ביי די מאשינען און אפיסעס, האבן אויף זיך דעם יאר 2016. דאס איז צוליב א טעות מיט'ן קאמפיוטער סיסטעם פון דער באן פירמע, און די פירמע ארבעט עס צו פאררעכטן. די פראגע איז נאר, צי די פירמע וועט אקצעפטירן אויב עמיצער טרעפט ביי זיך באמת אן אלטן אומגענוצטן בילעט פון 2 יאר צוריק.
הוסף רשומת תגובה