איראנער פרעזידענט ווארענט פרעזידענט טראמפ אז א מלחמה מיט איראן וועט זיין "די מוטער פון אלע מלחמות"; דראעט צו אטאקירן די "הארמוז וואסער וועג"; אמעריקע זאגט אז זיי קענען שוין היינט טראנספערירן די אויל 'דורך ירדן און מדינת ישראל'...

דער איראנער פרעזידענט חאסאן רוכאני האט נעכטן ארויסגעשיקט א שטארקע ווארענונג פאר אמעריקע און דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז א מלחמה מיט איראן וועט זיין "דער מוטער פון אלע מלחמות". די דאזיגע הארבע רייד זענען געזאגט געווארן ביי א זיצונג פון הויכראנגיקע איראנע דיפלאמאטן, ביי וועלכע רוכאני האט אויפגעטרעטן און ארומגערעדט פון די אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן איראן און אמעריקע. צווישן אנדערע פוסטע דעמאגאגישע רייד האט רוכאני געזאגט "אמעריקע זאל זיך נישט צופיל ארומשפילן מיטן וויידל פונעם לייב.., ווייל דער לייב קען זיך אויפאיינמאל געבן א וועק אויף, און אנלערנען דעם שפילער א ביטערע לעקציע", א אנצוהערעניש אויף די מאכטפולקייט פון איראן אז אמעריקע זאל זיך פארכטן פון איר, ווייל זי קען זיך נאך אויפוועקן..., נאך האט רוכאני געזאגט אז "א שלום מיט איראן וועט זיין דער מוטער פון אלע שלום עפאכעס, און א מלחמה מיט איראן וועט זיין דער מוטער פון אלע מלחמות"...

עס איז נאר נישט קלאר וועם רוכאני וויל מיט דעם באאיינדרוקן... ווארום די טראמפ אדמיניסטראציע ווייסט דאך אליין ווי 'מאכטפול' איראן איז.... (דרך אגב איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען א באריכט אין די ניו יארק טיימס, אז די איראנער מיליטער איז אין א גאר צוריקגעשטאנענע צושטאנד, און אז חוץ פון לאנג שטרעקיגע מיסילס טויגן זיי צו גארנישט..., די טיימס האט דאן געשאצט אז אין א קריג מיט מדינת ישראל וועלן זיי צוברעקלט ווערן אין ווינציגער ווי א וואך..! איז בן בנו של קל וחומר וואס דער מצב וועט זיין אין פאל פון א קריג מיט אמעריקע....) צום סוף פון זיין רעדע האט רוכאני שוין יא געווארפן עפעס א ערנסטע שטיקל סטראשע, זאגענדיג אז איראן וועט אטאקירן דעם "הארמוז וואסער וועג", וואס איבער 70% פון די וועלט'ס 'אויל' פארט דארטן דורך, וואס מיט דעם וועט ער שעדיגן דעם גאנצע מערב וועלט עקאנאמיע.

די אלע סטראשונגען פון איראן לעצטענס, איז אין דירעקטע רעזולטאט פון פרעזידענט טראמפ'ס באנייטע הארבע סאנקציעס אויף איראן, וואס אזוי ווי פרעזידענט טראמפ האט געהאט אפגעשאצט, האט דאס אפגעהאלטן רוב פון די גרויסע אייראפע'ישע קאמפעניס פון צו טון ביזנעס מיט איראן, ווארום יעדער ערנסטע איראפעאישע ביזנעס וועט ענדערש האנדלן מיט אמעריקע ווי מיט איראן. די פינאנציעלע נאכווייען פון די סאנקציעס שפירן זיך גאר שטארק איבער גאנץ איראן, ווען הונדערטער איראנער קאמפעניס קענען נישט ארויסשיקן זייער סחורה צו דער מערב וועלט, צוליב וואס קיינער וויל נישט האנדלן מיט זיי, עכ"פ ווער עס וויל נאך ווייטער קענען האנדלן מיט אמעריקע, דאס איז גורם אז איראן שיקט כמעט גארנישט ארויס פון לאנד, און דאס ברעכט אונטער די גאנצע עקאנאמיע. פאר פיר יאר צוריק ווען אבאמא האט געשריבן מיט זיי דער איראן דיעל, האט איראן שוין געהאלטן ממש פאר א פינאנציעלע אונטערגאנג, און פולן זין פון ווארט, דאס איז דאך געווען דער סיבה אז איראן האט בכלל מסכים געווען צו מאכן א דיל מיט די מערב וועלט. אצינד פיר יאר שפעטער, האלט איראן נישט ווייט פון דעם זעלבן שטאפל, ווען איר פראדוקציע פון סחורה קען נאר ווערן פארקויפט אינערהאלב איראן, און איר עקאנאמיע האלט ממש פאר א צוזאמבראך. דאס און נאר דאס, איז דער סיבה אז איראן איז אזוי צעווילדעוועט און שיקט ארויס טעגליך א נייע סארט סטראשע...

אין אמעריקע האט מען זיך אויסגעלאכט פון איראן מיט אירע סטראשונגען, כאטשיג וואס דער "הארמוז וואסער וועג" וואס לויפט דורך הארט לעבן איראן, איז אלץ געווען א 'אנגעצויגענע נערוו' פאר אמעריקע, ווארום אלע אויל וואס אמעריקע אומפארטירט פון די אראבישע וועלט לויפט דארטן אדורך, און אויב זאל אמעריקע דאס נישט קענען ווייטער אומפארטירן, צוליב שרעק פון א איראנישע אטאקע, דאן וועלן די אויל פרייזן ארויפשיסן ביזן אלף השישי, און וועט דירעקט אטאקירן דער גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע. דאך האבן אמעריקענער באאמטע געזאגט אז היינט צוטאגס האט שוין אמעריקע די מעגליכקייט דאס צו טראנספערירן דורך די יבשה, דורך ירדן און מדינת ישראל. אמאל איז דאס נישט געוען קיין אפציע, צוליב וואס סאודי אראביע מיט ירדן האבן זיך נישט געזען אויג אויף אויג, און אוודאי אז זיי האבן דאס נישט געקענט אדורכפירן די מדינת ישראל טעריטאריע. היינט אבער, זינט די אנטשיידונג פונעם נייע סוני קאאליציע, פון וועלכע מדינת ישראל איז א חלק, איז עס מורא'דיג גרינג אדורכצופירן סאודי אראביע'ס אויל דורך ירדן און מדינת ישראל.

טוויט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל