חאמאס טעראריסטן האבן דערשאסן צום טויט א צה"ל זעלנער דורך א 'סנייפער' סארט אטאקע; שרעקעדיגע באמבאדירונגען זענען נעכטן פארגעקומען אין עזה אלץ א טייל פון מדינת ישראל'ס נקמה צו חאמאס; ערנסטע זארג אז מען שטייט ערב פון א פרישע 'עזה מלחמה' ה"י.

נעכטן בעצם יום ה'תשעה באב איז אנטשטאנען א נייע גאר שטארקע אנגעצויגענקייט ביים עזה פראנט, ווען א חאמאס סנייפער האט ווארשיינליך דערשאסן צום טויט א צה"ל זעלנער, בשעת ווען ער איז געשטאנען ביים 'כיסופים' דורכגאנג לעבן עזה. דער זעלנער איז א יונגער 25 יאריגעסאלדאט, וואס איז געשטאנען ביים כיסופים דורכגאנג מט עטליכע פון זיינע חברים, און האבן  געהיטן אויפן דורכגאנג וואס איז אצינד אפיציעל פארשלאסן פאר פארקער. אינדערפרי ארום עלף אזייגער האט זיך דער סאלדאט פלוצלונג אויסגעשטרעקט אויפן ערד, און אוועקגעפאלן א פארוואונדעטע, נאכן ווערן אונטערזוכט אין שפיטאל האט מען פעסטגעשטעלט אז ער איז ליידער געשאסן געווארן אין ברוסט קאסטן, און אז דער וואונד איז פאטאל, נאך עטליכע שעות איז דער סאלדאט ליידער אויסגעגאנגן פון זיינע וואונדען. דאס איז דער ערשטע מאל וואס חאמאס באנוצט זיך מיט א סנייפער אטאקע, צו אטאקירן סיי וועם א ציווילער אדער א סאלדאט. דער אינצידענט איז א שטארקע פאטש פאר מדינת ישראל, ספעציעל ווען דער קרבן איז געווען א דינענדע זעלנער אין די ארמיי, און דא האט חאמאס אים באוויזן אומצוברענגען אין א פארשעמענדע 'סנייפער' אטאקע.

פארשטייט זיך אז אין מדינת ישראל האט מען גאר שטארק געברויזט אויף דער אטאקע, באלד נאך דער אטאקע האבן מדינת ישראל עראפלאנען אטאקירט אין עזה אויך א שרעקליכע פארנעם, זיי האבן דירעקט אטאקירט אינעם קווארטל פון די חאמאס פירערשאפט, ווי זיי האבן אנגעזייט א טאטאלע חורבן אין צושטערעניש, כדי צו שיקן א מעסעדזש צו חאמאס אז דאס מאל זענען זיי אריבערגעגאנגן אלע גבולים. לויט חאמאס רעפארטן זענען אומגעקומען אין די אטאקע איבער 200 איינוואוינער, רוב פון זיי פון די חאמאס עליטע משפחות. אין די וועלט פארכט  מען זיך זייער אז חאמאס טוט אצינד דירעקט אנציען די געמיטער, צוליב וואס זיי ווילן זיך אפרעכענען מיט אבאס'ס פאליטישע חרם אויף זיי, און זיי ווילן ציען אויפמערקזאמקייט פון די וועלט צו זייערע פראבלעמען, אבער צוליב די אנגעצויגנקייט וואס דאס שאפט, קען דאס חלילה אריינשלעפן די סיטואציע אין א פרישע 'עזה מלחמה' השם ירחם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל