לאס אנדזשעלעס – די קאווע געשעפטן נעץ "סטארבאקס" האט געמאלדן, אז זיי וועלן אנהייבן אונטערנעמען ערנסטע שריט צו אקאמאדירן טויבע, סיי צו קענען אויפנעמען טויבע מענטשן אלס ארבעטער, און סיי צו פארגרינגערן פאר טויבע מענטשן אריינצוקומען און באשטעלן אין זייערע געשעפטן. סטארבאקס האט געזאגט אז איר ערשטע שריט אין דעם קאמפיין, איז דאס וואס זי האט געעפנט די סאמע ערשטע קאווע געשעפט אין אמעריקע וועלכע טוט ספעציעל סערווירן טויבע, דורכ'ן האבן איינגעשטעלטע וועלכע קענען "צייכן שפראך", וואס ווערט גענוצט צו קאמיוניקירן מיט טויבע מענטשן. סטארבאקס פארמאגט שוין איין אזא סארט געשעפט, אין קואלא לאמפור, מאלאזיע זינט 2 יאר צוריק, און יענץ האט זיך ארויסגעשטעלט אלס גרויס סוקסעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל