מאנהעטן – נישט "קאן עדיסאן" און נישט די ניו יארק סיטי אויטאריטעטן, האבן געהאט קלארע ענטפערס, ווען א גרופע פון פינף הונדערט איינוואוינער, ארבעטער און ביזנעס אייגענטימער האבן אנגעפרעגט, ווען זיי וועלן שוין קענען צוריקגיין צום עוואקואירטן פלעט-אייראן דיסטריקט, וועלכע איז עוואקואירט שוין זינט דאנערשטאג אינדערפרי צוליב א מאסיוון "סטיעם פייפ" אויפרייס וועלכע האט פארשפרייט שעדליכע אזבעסטאס.

אין א סעריע אינטערוויוס, האבן איינוואוינער אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז איבער דעם וואס די אויטאריטעטן שלעפן זיי ארום, און נאכמער אויפגעברויזט זענען זיי איבער'ן פאקט אז "קאן עדיסאן" זוכט זיך אפצושאקלען פון פאראנטווארטליכקייט, צושטעלנדיג בלויז לעכערליכע 500 דאלאר אין האוזינג וואוטשערס פאר די אפעקטירטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל