טעקסאס – א 65 יעריגער הארץ דאקטער מיט'ן נאמען מארק האוסקנעכט, וועלכער האט געדינט אלס דאקטער פונעם ערשטן פרעזידענט דזשארדזש עיטש בוש, איז פרייטאג אומגעברענגט געווארן בשעת'ן פארן אויף זיין ביציקל, אין אן אינצידענט וואס האט אויסגעזען צו זיין געצילט. דער שיסער, וועלכער איז אויך געפארן אויף א ביציקל און געשאסן דאקטער האוסקנעכט אינמיטן אים דורכפארן, האט באוויזן צו אנטלויפן פונעם ארט און א מאסיווע זוך אקציע גייט אן. דאקטער האוסקנעכט איז באקאנט געווארן איבער'ן לאנד אין יאר 2000, ווען ער האט געראטעוועט דאס לעבן פון פרעזידענט בוש, וועלכער איז דאן אריבער גאר ערנסטע הארץ פראבלעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל