לאס אנדזשעלעס – א פארשוין וועלכער האט גענומען צענדליגער מענטשן אלס משכונות מוצאי שבת ביינאכט, און האט אומגעברענגט א פרוי, ווערט געהאלטן אונטער ארעסט פאר הארבע מארד קלאגעס, אויף צוויי מיליאן דאלאר בעיל. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 28 יעריגער דזשין עווין עטקינס, און ער האט אנגעדרייט א שרעק איבער א טעראר אטאקע, ווען ער איז אנטלאפן פון די פאליציי אין לאס אנדזשעלעס, און אריינגעלאפן אין א "טרעידער דזשאוס" סופערמארקעט, וואו ער האט דערקלערט אז אלע צענדליגער איינקויפער אינעווייניג זענען זיינע משכונות. אויסער די פרוי, וועלכע איז אומגעקומען בשעת עטקינס איז אריינגעלאפן אינעם געשעפט, האט ער ארויסגעלאזט אלע משכונות פרידליך, און זיך אונטערגעגעבן פאר די פאליציי אן קיין קעגנשטעלונג, נאך 5 שעה דראמא.
הוסף רשומת תגובה