מיזורי – באאמטע וועלכע פירן אן מיט דער אויספארשונג אויפ'ן טראגישן אינצידענט וואס האט פאסירט פאריגן דאנערשטאג, ווען א שיף האט זיך איבערגעדרייט און זיבעצן זענען אומגעקומען, זאגן אז עס זענען נאך פארבליבן פילע אומפארענטפערטע פראגעס. דער אינצידענט האט פאסירט אויף א ספעציעלן טוריזם שיפל אין א טייך אין ברענסאן, מיזורי, וואו זיבעצן פון די 29 פאסאזשירן זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט 9 וועלכע האבן באלאנגט צו איין פאמיליע, ווען א שטורעם איז פלוצלינג אנגעקומען און די כוואליעס האבן פארשוועמט די שיף. ווי מ'האט נעכטן געהערט, האט קיינער אויף דער שיף נישט געטראגן קיין "לייף וועסטס", אויך האבן אויספארשער פון די פעדעראלע "ען-טי-עס-בי" באקומען נעכטן צוטריט צום "שווארצן קעסטל" פון דער שיף, און פארשן עס.

זעה פולע באריכט

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל