וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס העכסטער שפיאנאזש באאמטער, דען קאוטס, וועלכער דינט אלס "דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש", פרובירט צו ראטעווען זיין פאזיציע אין דער אדמיניסטראציע, און ער האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע ער האט זיך פארטיידיגט. קאוטס האט געגעבן אן אינטערוויו דאנערשטאג, וואו ער האט רעאגירט איבערראשט און ציניש ווען דער אינטערוויוער האט אים געברענגט די נייעס אז טראמפ האט געלאדנט פוטין פאר א ווייסע הויז סאמיט. קאוטס' רעאקציע צו די נייעס, און בכלל זיינע שארפע ווערטער קעגן טראמפ'ס סאמיט מיט פוטין אין העלסינקי, האט געברענגט פילע צו שפעקולירן אז טראמפ גייט אים אט אט ארויסווארפן, און דעריבער האט קאוטס שבת פובליצירט א סטעיטמענט, זאגנדיג אז זיין רעאקציע ביים אינטערוויו איז בכלל נישט געווען מיט דער כוונה צו צייגן "אומרעספעקט" פאר'ן פרעזידענט.

זעה פולע ווידיא

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל