איר קענט דאס נישט פארפאסן!

האלטנדיג אינמיטן א אינטערוויו ביי די "אספּען זיגערהייט פארום" (לינק), האט דעם דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש דען קאוטס געהערט די "ברעיקינג ניוז" מעלדונג אז פרעזידענט טראמפ האט איינגעלאדנט דעם רוסישע דיספאט וולאדימיר פוטין צו באזוכן וואשינגטאן די.סי.

קאוטס איז קענטיג געפלעפט געווארן פון די נייעס, און זיך אנגערופן "זאג נאכאמאל!" און דאן אומבעקוועמערהייט אויסגעלאכט. ער האט אויך געפרעגט "האב איך גוט געהערט?!"

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל