פון הרב משה נחום קרויס
פארווארט
רבונו של עולם: הבט משמים וראה, קוק אראפ פון הימל און זעה: כי היינו לעג וקלס בגוים, מיר דיינע ליבע קינדער, דיינע אויסדערוועלטע פאלק, דיין פאלק מיט וועם די שטלאצירסט, מיר זענען געווארן צו שפאס און צו שפאט ביי די גוים, נחשבנו כצאן לטבח יובל, להרוג ולאבד ולמכה ולחרפה: אוזנער ווערדע ביי די גוים איז געווארן גענוי ווי א קוה, א שעפסל איז ביים פלייש האקער, די קוה קען שרייען, די שעפסל קען וויינען, די האן קען קרייען, אבער ביי זיי איז די קול מער נישט קיין קויל, זיי הערן עס מער נישט, גענוי אזוי זענען מיר געווען ביי די פארשאלטענע נאצי'ס מיט זייערע פולישע און אוקריינישע מיטהעלפער, ימח שמם וזכרם! – אבער ובכל זאת שמך לא שכחנו!!! מיר האבן פון דיין נאמען קיינמאל נישט פארגעסן! די רוצחים די חיות האבן אונזער קול נישט געהערט, אבער קולנו תשמע, אונז האמיר אונזער קול זיך געלאזט הערן, ניין, נישט קיין קול פון קשיות, נישט קיין קול פון גידוף רח"ל, נאר קול רימונים א קול פון גלעקלעך, מיר האבן געלאזט הערן א קול פון וחי אחיך עמך, פון אכילת בשר בניכם, א קול פון אתה הבדלת אנוש מראש, א קול פון זיך אויסטענה'ן מיט דיר כביכול, אדער גאר דער שארף שרייעדיגע קול פון שווייגן!
ווען די דייטשע רוצחים ימח שמם האבן אויסגעהארגעט הונדערטער אידן אין 'סאמבור[א]', האט איינער געפרעגט הקדוש רבי ברוך ספרין מקומארנא הי"ד ווי אזוי ער קען זיך אופפירן כאילו לא היה, כאילו עס וואלט ווען גארנישט געשעהן? האט רבי ברוכ'ל אים ערקלערט: מיר זאגן יום הקדוש ביי נעילה אתה הבדלת אנוש מראש ותכירהו לעמוד לפניך אין די ימים נוראים ווערט די גוף נפרד פונעם ראש, וויבאלד די מח קען נישט משיג זיין את המתרחש וואס עס קומט אלס פאר, אבער עם כל זה, ותכירהו לעמוד לפניך, דער סאלדאט שטייט גראד על המשמר, ער רירט זיך נישט קיין זיז, ער בלינקט נישט מיט זיינע אויגן, אפילו אם נחש כרוך על עקבו, אפילו א שלאנג נעמט אים ארום, רירט ער זיך נישט! מ'דארף שטיין פארן מלך מלכי המלכים אפילו ווען דער מח ווערט געשפאלטן פון די אי יכולת פון תופס זיין וואס עס קומט פאר מיט אונז, אידן!
די טראגישע ענדע פון רבי ר' ברוכ'ל איז שווער פאר אונז פשוטי עם תופס צו זיין, אין סאמבור האט געוואוינט א בנש"ק רבי אלתר הי"ד אויך א אייניקל פון רבי אייזיקל מקומארנא זצוק"ל. זייענדיג אין סאמבור פלעגט רבי ברוכ'ל אים אריינגיין באזוכן יעדן טאג. איין טאג האבן די עס.עס. ימ"ש געכאפט רבי אלתר און אים געשאסן צום טויט הי"ד.
דעם צווייטן טאג שבועות תש"ג, האבן די נאציס גענומען רבי ברוכ'ל, זיי האבן אים געפירט צום קבר פון רבי אלתר, זיי האבן אויפגעעפענט דעם קבר און געשטעלט רבי ברוכ'ל נעבן די אפענע קבר, א פארשאלטענע דייטש האט אריינגעשאסן א קויל אין די הייליגע גוף, און די הייליגע גוף איז אריינגעפאלן אין די קבר פון רבי אלתר.. בשעת ווען עס קלינגן די דיבורים פון רבי ברוך: אתה הבדלת אנוש מראש, ותכירהו לעמוד לפניך, מ'דארף שטיין פארן מלך מלכי המלכים אפילו ווען דער מח ווערט געשפאלטן פון די אי יכולת פון תופס זיין וואס עס קומט פאר מיט אונז, אידן!
די נושא פון אונזער מאמר וועט זיך באציען איבער די מאט"א פון: אתה הבדלת אנוש מראש, אפילו די מצב אין וואס אונזערע מנהיגים און אפילו פשוטי עם האבן זיך געפונען בשעת די ביטערע און טונקעלע יארן פון די ארגסטע אידן-טראגעדיע/ אין די צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה, ובכל זאת, שמך לא שכחנו, האט מען די נאמען פון הקב"ה ותורתו נישט פארגעסן, אפילו ווען די צרות זענען געווען אומדערטרעגליך ממש הבדלת אנוש מראש, די מח קען עס נישט באגרייפן, אבער די ראש איז געבליבן שטארק מ'האט יעדע טריט שוקל געווען, וואס זאגט די הלכה? וואס איז די השקפה? – מיר האבן אויסגעקליבן א טוץ פון אומבאוויסטע הנהגות און מעשהלע'ך וואס טוט צונעמען די גוף, עס צוברעכט די גשם, אבער עס בויעט די מח און עס שטארקט די רוח.
יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג וואס כלל ישראל קלאגט אויפן חורבן בתי מקדשות, איז כדאי זיך צוריקצוקערן איבער די 'חורבן כלל ישראל' וואס איז געשעהן נישט מער ווי 70 יאר צוריק, עס זענען נאך דא איבערלעבער וואס געפונען זיך צווישן אונז עמו"ש. בלויז מישענדיג די בלעטער אין די ביכער וואס דערציילן איבער די שרעקליכע עפאכע שטעלט זיך די פראגע, ווי אזוי האבן זיי עס אריבערגעטראגן? ווי אזוי האט אזאנס געקאנט פאסירן אין א ציוויליזירטע וועלט? ווי אזוי וואלט ווען די אידישע וועלט אויסגעזעהן ווען די די גדולים די אדמורי"ם וואלטן ווען איבערגעלעבט? פראגעס איבער פראגעס טוט ערגבערן אינעם מח... די מחשבה לויפט פון די מלחמה ביז צום חורבן בית המקדש השני, די דראסטישע טויש וואס כלל ישראל איז דאן אריבער, אבדנו מיר האבן פארלוירן די נאנטשאפט צום שכינה הקדושה, די הייליגע קרבנות, די כהנים, די לוים, מיר האבן פארלוירן ברוח ובגשם! פאר אונזער דור איבערלעבער, קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך וכו' וכו' וכו' אויב ווילן מיר האבן דאס מינדערסטע מושג ווי אזוי די וועלט האט אויסגעזעהן בעפארן חורבן און נאכן חורבן, דארפן מיר בלויז צוריקוקען זיבעציג יאר, אבדנו מיר האבן פארלוירן פון די שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל האט נאר פארמאגט, א דור פון פאר די מלחמה איז נישט גלייך צום דור פון נאכן מלחמה, א דור וואס האט געצויגן א שלשלת און א שרשרת פון דור אחר דור פון גדולי עולם, איז איבערגעריסן געווארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, ניתי ספרי היסטאריע ונחזי לאמיר זעהן וואס מיר האבן פארלארן, גרויסע לייט וואס האבן נישט פארלוירן זייער רוח, ובכל זאת שמך לא שכחנו!
די תולדות חייו פונעם איש האשכולות הגאון רבי ישראל זאב גוסטמן זצ"ל האבן מיר לעצטענס אדורכגעליינט. צווישן די בלעטער האבן מיר באגעגענט טיפע און הארץ גאלאפישע סיפורים און עיונים, לאמיר דא ציטירן עטליכע.
הרב גוסטמן פלעגט פארציילן אז במהלך די תקופות המלחמה איז אים אויסגעקומען צו זאגן 'ווידוי' הונדערטער מאל, ווייל ער האט די טויט באגעגענט אפאר מאל א טאג. ער פלעגט גאר זאגן די נוסח המקוצר פונעם ווידוי, ווייל ער איז נישט געווען זיכער אז ער וועט נאך עספיען צו פארענדיגן די פולע נוסח.
איינמאל האבן די נאציס מחליט געווען אויסצוהארגענען אלע אידן פון די ארבעט'ס לאגער אין ווילנא, וואס איז געווען א חלק פון די ווילנא געטא (מחנה העבודה רייס). הרב גוסטמן האט געבעטן פון די רשעים א אפשטיפונג פון שלש שעות פון דריי שעה בעפאר מ'וועט זיי ארויספירן צום הריגה. די רשעים האבן אים עס נאכגעגעבן.
הרב גוסטמן האט צונויפגעזאמעלט את כל היהודים, און ער האט זיך צו זיי געוואנדן מיט די פאלגענדע רייד:

*

ביחס לנצח – הושענא שלש שעות

"וואס איז די הבדל צווישן 'זיבעציג' יאר ביחס צו 'נצח, און צווישן 'דריי שעה' ביחס צו נצח )אייביג אן קיין ענדע(? אזוי ווי זיבעציג יאר איז א רגע חולף א לויפענדיגע רגע אין פארגלייך מיט נצח, אזוי אויך איז 'דריי שעה' אין פארגלייך מיט נצח. אבער דאס פארקערטע איז אויך אמת: אזוי ווי זיבעציג יאר איז א גאנצע לעבן, אזוי אויך קען 'דריי שעה' זיין חיים שלמים א פולע און גאנצע לעבן. יעצט, האט הרב גוסטמן געשריגן מיט א שאגת ארי, האט מען אונז געגעבן א פולע לעבן פון דריי שעה, לאמיר זיך אויסנוצן די לעבן צו עררייכן השגת נצחיות."
די אידן האבן אויסגענוצט די 'דריי שעה' מיט תפלה, חשבון הנפש און תשובה. האב גוסטמן האט פארגעזאגט תהילים און זיי האבן נאכגעזאגט.
דערנאך זענען די אידן געפירט געווארן צו פונאר וואלד וואס האט זיך געפונען אינדערויסן פון ווילנא, מ'האט זיי געשטעלט ביים עפענונג פון א לאנגע אויסגעגראבענע גרוב. א פארשאלטענער עס.עס. איז אריבער דעם שורה, און האט אריינגעשאסן א קויל אין יעדעמ'ס קאפ! איינס נאך איינס זענען די הייליגע קדושים אריינגעפאלן צוריקוועגס אין גרוב אריין. אויך ווען דער עס.עס. איז אנגעקומען צו הרב גוסטמן האט ער אים געשאסן, ער האט געשפירט די כח פונעם קויל, ער איז אויך אריינגעפאלן אינעם גרוב, און ער האט געטראכט ביי זוך אז ער איז א גוסס, און אט אט גייט זיין נשמה זיך טיילן פון אים.
אבער ווען ער האט זיך געפונען אינעם גרוב, האט ער פלוצים געזעהן אז ער קען רירן זיינע הענט און דערנאך זיינע פיס! ער לעבט!!! ער איז געבליבן ליגן שטיל ביז דער עס. עס. האט פארענדיגט זיין רוצחישע ארבעט. דאן האט רב גוסטמן זיך באפרייט פון צווישן די הויפענעס פון די קדושים, און איז ארויס פונעם גרוב. ער האט געזעהן דערין א גזרת עליון, ווייל דער קויל איז אים אריין אין קאפ, אבער עס האט נישט גורם געווען קיין גאר ערענסטע שאדן.
רב גוסטמן האט געהאט א 'בן יחיד' מאיר'ל האט ער געהייסן. ער איז געווען די בבת עיניו פון רב גוסטמן, א זיס קינד איז ער געווען, מתוק ויפה זיס און שיין. ווען מאיר'ל איז אלט געווען פיר יאר האט זיך אנגעהויבן די אקציע אקעגן די קינדער אינעם ווילנא געטא. רב גוסטמן האט באהאלטן זיין מאיר'ל בכדי די רשעים זאלן אים נישט אנדעקן.
אבער איין טאג האבן די רשעים אנדעקט מאיר'ל בשעת ער האט זיך אויסבאהאלטן צוזאמען מיט זיין טאטע. רב גוסטמן האט אויפגעהויבן זיין מאיר'ל, און אים שטארק אנגעכאפט אים צו באשיצן פון די רשעים, אבער ער האט אים נישט געקענט באשיצן. די רשעים האבן געשלאגן דאס קינד מיט א אויסערגעווענליכע אכזריות, זיי האבן געהאקט און געקלאפט אויף דאס קליינע פיר יעריגע קערפער, בשעת ווען זיין טאטע האלט אין די הענט, זיי האבן אזוי צושלאגן דאס קינד אז בלוט האט פארדעקט זיין שיינע זיסע צורה. אין די רגע ווען די רשעים האבן זענען געווען פארזיכערט איז מאיר'ל לעבט שוין נישט, האבן זיי אריינעגעשטיפט אב ובנו טאטע און זון אין א הויפען פון גארביטש.
הרב גוסטמן האט אפגעוואשן די נישט לעבעדיגע קערפער פון זיין טייערע מאיר'ל, און אים באגראבן מיט זיינע אייגענע הענט. ער האט אראפגענומען די קליינע פאר שיכעלעך פון מאיר'ל, און עס איינפארטוישט פאר א שטיקל ברויט פאר זיין פרוי און טאכטער.
ווען רב גוסטמן האט פראבירט אריינצונעמען דאס שטיקעלע ברויט, האט ער נישט געקענט, ער האט געשפירט ווי ער זאל ווען עסן דאס פלייש פון זיין אייגן קינד, אזוי ווי עס שטייט אין די תוכחה (ויקרא, כו, כט) ואכלתם בשר בניכם. ער האט געזאגט פאר זיין משפחה אז ער קען נישט עסן די ברויט, אן אנגעבן די סיבה דערפאר.
אוי, הבן יקיר לי מאיר. – עס איז הבדלת אנוש מראש, עס איז נישט צום באגרייפן, אבער, ובכל זאת שמך לא שכחנו רב גוסטמן האט זיך נישט מתרעם געווען נאר אויפגעשטעלט תלמידים נאכן קריג!
ווען רב גוסטמן האט אמאל געגעבן א שיעור במסכת בבא מציעא (דף סב), ווי די גמרא איז עוסק במחלוקת בן פטורא און רבי עקיבא, וואס א מענטש זאל טון ווען ער גייט אין מדבר מיט זיין חבר, און ער פארמאגט גענוג וואסער בלויז פאר איין מענטש. צו דארף ער טרינקן, אדער זיך טיילן מיט זיין חבר? האט רב גוסטמאן פארציילט אז די שאלה איז געווען א טעגליכע שאלה אינעם ווילנא געטא.
די הלכה איז ווי רבי עקיבא אז א מענטש מעג אליינ'ס אויסטרינקן די וואסער, ווייל עס שטייט וחי אחיך 'עמך', עמך צייגט אז די אייגענע לעבן קומט קודם. האט רב גוסטמן מסיים געווען זיינע ווערטער: אונז דארט אין ווילנא האבן זיך געפירט בשיטת בן פטורא, וואס האלט אז מ'זאל זיך טיילן מיטן חבר, אפילו עס איז נישטא גענוג פאר ביידע, כדי שלא יראה במותו של חברו, קיינער זאל נישט זעהן ווי דער צווייטער שטארבט! נורא.
דער אמת קומט ארויס ווען מ'האט נישט וואס צו פארלירן, די געשריי פון 'ש-מ-ע י-ש-ר-א-ל' וואס האט זיך געהערט אין די לעצטע מאמענטן פונעם לעבן בשעת די מלחמה האט ארויסגעברענגט די ניצוץ הפנימי פון יעדן איד, אן קיין טענות, אן קיין פראגעס גלייבן מיר אין דיר גא-ט ברוך הוא.
אויסער די ווערטער פון שמע ישראל האבן די קדושים זיך געלאזט הערן נאך עטליכע זאצן וואס איז ארויסגעקומען פון די טיפענישן פון זייער הארץ, דברי אמת ריין אמת. – די טאכטער פון האדמו"ר רבי נחום יהושע הלוי פטשניק הי"ד פון ברזנה, בשעת ווען זי איז געשטאנען ביים אפענעם גרוב האט זי געזאגט: אזוי ווי דער זון קען זיך נישט אויסלעשן, אזוי וועט אונזער פאלק קיינמאל זיך נישט אויסלעשן, קיינמאל נישט אונטערגיין, און ענק פארשאלטענע דייטשן, האט זי זיך געוואנדן צו די רשעים, ענק וועלן טייער באצאלן אויף אלסדונג!.. א קויל איז אריינגעשאסן געווארן בתוך גופה, ובת ישראל נאה זו נפלה כענף, זי איז אריינגעפאלן אינעם גרוב ווי א פליעדיגע בלעטל.!
איי הקדוש רבי שלום אליעזר'ל פון ראצפערט הי"ד נאכדעם וואס די רשעים האבן גערצח'ט זיין זון רבי משולם זושא, איז א עס.עס. גענעראל צוגעגאנגן צו רבי שלום אליעזר'ל און אים געפרעגט: דיינע ליפן עדיין דובבות תפילות? דו דאווענסט נאך צו דיין גאט? דו גלייבסט נאך אז ער קען דיר העלפן? צו זעסטו נישט די מצב פון די אידן? ענק ווערן געפירט צום הריגה און קיינער העלפט ענק נישט!, צו גלייבסטו נאך אז עס איז דא א השגחה עליונה? האט רבי שלום אליעזר'ל אים געענטפערט מיט א התלהבות: בכל לבבי, מיט מיין גאנצע הארץ ובכל נפשי מיט מיין גאנצע זעהל, אני מאמין גלייב איך אז עס איז דא א בורא עולם און אז עס איז דא א השגחה עליונה... נאך בעפאר ער האט עספיט צו פארענדיגן זיינע ווערטער, האט א דייטשע רוצחיש'ע קויל אדורכגעלעכערט דאס הייליגע הארץ, און זיין הייליגע קערפער איז אריינגעווארפן געווארן אינעם מאסן גרוב צוזאמען מיט די הונדערטער קדושים וואס זענען נרצח געווארן יענעם טאג.
רבי יהושע העשיל הארוויץ מחנצי'ן הי"ד די 'זקן האדמורי"ם' האט מען אים באטיטעלט. א בן תשעים איז ער געווען, און פאר זיינע חסידים האט ער געזאגט בשעת ווען ער כאפט אן זיין בארד מיט זיינע צוויי הייליגע הענט: כל ימי האב איך מיר געפירט צו באהאלטן די האר פון מיין בארד אין די גמרא און אין די הייליגע ספרים, און יעצט ווילן זיי אז איך זאל אפשניידן מיין בארד? היו לא תהיה! אויב איז נגזר געווארן מן השמים אז איך זאל שטארבן, וויל איך גיין פון די וועלט מיטן אידישע צורה מיט מיין בארד און פיאות.
עדי ראיה פארציילן, רבי יהושע העשיל איז אריין אינעם טויט-באן בשעת ווען זיינע הענט כאפן אן די דיוקנא קדישא אן די פיאות. א דייטשע סאלדאט האט עס באמערקט, האט ער אנגעכאפט זיין בארד און עס אנגעהויבן אויסצופליקן! דער אלטער צדיק האט זיך גענומען שרייען במלוא כוחותיו: ריר נישט צו מיין בארד מיט דיינע טמנ'ע הענט!!! דער דייטש האט זיך דערשראקן אויפן מינוט, אבער נאכדעם האט ער ארויסגעצויגן זיין רעוואלווער און געשאסן דעם הייליגן צדיק, בשעת ווען ער שרייט ש-מ-ע י-ש-ר-א-ל!!!.
ערב שבת קודש ויחי תש"ב איז אין פאטראנקא פארברענט געווארן די מושב זקנים, די אלטע זקנים וזקנות זענען ארויסגעלאפן אין די קעלט אהן קיין בגדים און מיטן פחד מות. הרב שלמה זלמן אונסדארפער הי"ד האט זיך אויפגעשטעלט אין בית המדרש מוסר געזאגט פארן המון, און בתוך הדרשה האט ער זיך אויסגעטענה'ט מיט כביכול:
בתוך דבריו האט ער געזאגט: איבער די שרעקליכע שריפה וואס עס איז פארגעקומען, ווי זקנים וזקנות זענען אנטלאפן אין די פרעסטע קעלט, נפל בדעתי איבער די מעשה: געווען איז איינער א איש רע וואס זיין אלטע טאטע א אלמן האט זיך אויפגעהאלטן ביי אים אין שטוב. איינמאל איז די זוהן געווארן אין כעס, ער האט אנגעכאפט זיין אלטן טאטן, ער האט אים ארויסגעווארפן פון זיין צימער צום אינדערויסענדיגן צימער, און פון דארט האט ער אים געפירט צום טיר און אים געוואלט ארויסווארפן אויפן גאס! דער אלטער האט זיך אנגעכאפט אויפן שוועל, און מיט זיינע שוואכע כוחות זיך קעגנגעשטעלט אז זיין זוהן זאל אים נישט קענען ארויסווארפן פון הויז.
ער האט זיך געוואנדן צו זיין זוהן און אים געזאגט: ביז דא האב איך מיר געלאזט ארויסווארפן, ווייל איך האב אויך אזוי געטון פאר מיין טאטע, איך בין טאקע געווען א רשע, אבער ארויסווארפן מיין טאטע אויפן גאס, דאס האב איך נישט געטוהן. ביז'ן טיר לאז איך דיר מיר ווארפן, ווייל עס איז מדה כנגד מדה, אבער מער פון דעם נישט.
האט זיך רבי שלמה זלמן צעשריגן: רבונו של עולם, חטאנו מאד מיר האבן שטארק געזינדיגט פאר דיר, די רעכטיגקייט איז מיט דיר כביכול, אין עול צדיק וישר הוא, מדה כנגד מדה[ב]. אבער דן צו זיין די זקנים און זקנות מיט די שריפה און בהלה.. וכי כל כך חטאנו לך, צו האבן מיר זיך אזוי שטארק פארזינדיגט אין דיר? רבונו של עולם, מיר זענען ח"ו נישט מהרהר נאך דיינע מידות און משפטים. אבער מיר בעטן דיר האב רחמנות אויף אונז ווי א טאטע האט רחמנות אויף זיין זוהן!!!
אין אלגעמיין האט מען קיין קשיות נישט געפרעגט, אבער צומאל מחמת צער האט מען זיך אויסגעטעהנ'ט.
בשעת ווען שחיטה איז פארבאטן געווארן אין פוילן, איז איינע פון די עסקני ווילנא אריין צו רבי חיים עוזר זצ"ל, ער האט געפרעגט דעם רב ווי אזוי טוט הקב"ה שטעלן זיין פאלק ישראל אין אזעלכע שווערע מצבים?
דער עסקן האט געפרעגט און נישט נאכגעלאזט, האט זיך רבי חיים עוזר אנגערופן צו אים: א מענטש דארף זיך אפהיטן פון צו עוסק זיין אין די שאלות. די דרכים פונעם רבונו של עולם זענען גאר שווער צו פארשטיין פאר אונז אויף די וועלט, צוליב אונזער גשמיות'דיגע תפיסה. נאר בעולם הרוחני איז אלסדינג קלאר, און צומאל קען מען נאר דארט פארשטיין. דו דארפסט זיין געווארענט אז דו זאלסט נישט דריקן צו שטארק צו באקומען תשובות אויף דיינע שאלות, אויב דריקסטו צופיל וועט הקב"ה ממלא זיין דיין בקשה און דיר נעמען צו דעם ארט ווי מ'קען אלסדינג פארשטיין...
די פנים פונעם שואל איז רויט געווארן, און ער האט מער קיין שאלות נישט געפרעגט.
די נאציס ימח שמם האבן זיך ארויסגעלאזט עטליכע טעג בעפאר אין א מעכטיגע און אכזרויתדיג'ע אינוואזיע אויף קהילות פולין, איר הויפט ציל איז געווען 'ווארשא'. עס איז יום הקדוש שחל בשבת דער הייליגער פיאסעצנער דער אש קודש מרן הגה"ק רבי קלמן קלונימוס שפירא זצוק"ל הי"ד שטייט אין בית המדרש און איז פאר'דבקה'ט, ער געפונט זיך במצב על-אנושית העכער די מענטשליכע פארשטאנד, די חסידים יונגעלייט און בחורים שטייען ארום אים, דאס אליינ'ס שטייענדיג נעבן אים האט זיי אביסל געמאכט פארגעסן פון די צרות און באמבערייען וואס טוט זיך אפ אינדערויסן.
אלסדינג האט זיך דראסטיש געטוישט מאנטאג דערויף. די נאציס האבן געוואלט דערשטיקן די ווארשא אויפשטאנד האבן
זיי באמבאדירט די גאנצע שטאט, און אין געציילטע טעג זענען געפאלן אזוי פיל ווי דרייסיג טויזענט אידישע קרבנות הי"ד, ארץ ארץ אל תכסי דמם. דינסטאג האט א באמבע געלאנדעט נעבן די הויז פונעם רבי'ן, און שטיקלעך פון די באמבע האבן אנגעטראפן דאס איינציגסטע קינד פונעם רבי'ן בנו אהובו הקדוש רבי אלימלך בנציון הי"ד, רבי אלימלך בנציון איז קריטיש פאראוואנדעט געווארן, מ'האט געפירט צו א דערנעבעדיגן פרעוועזארישע שפיטאל.
שבר אחר שבר, א בראך נאך א בראך, נאך עטליכע שעה האט א באמבע אויפגעריסן הארט נעבן די שפיטאל ווי צענדליגע זענען אומגעקומען, צווישן זיי די פרוי פון רבי אלימלך בנציון, די שנור פונעם רבי'ן הצדקנית מרת גיטל בת האדמו"ר מבאליכוב מגזע קארלין, צוזאמען מיט איר איז אומגעקומען די שוועגערין פונעם רבי'ן מרת חנה בת האדמו"ר הקדוש רבי ירחמיאל משה מקוזניץ זצוק"ל.
סוכות אויפדערנאכט, די רבי פיהרט טיש אינעם קליינעם סוכה, אינדערפרי האט זיך די רבי זייער צעפלאמט ביי 'נשמת' דער רבי זייענדיג בקי בתורת הנפש האט זיכער געמאכט אז מ'זאל נישט צושיקן א יונגערמאן פארן עמוד, מורא האבענדיג אז א יונגערמאן וועט זיך נישט קענען איינהאלטן זיינע געפילן און וועט ווערן איבערגענומען פון די מצב השבר בבית רבינו. ער האט דעריבער געהייסן אז מ'זאל צושיקן א חסיד זקן ורגיל, דער עלטערע חסיד האט זיך איינגעהאלטן מיט כוחות נישט צו וויינען ביים דאווענען, און האט געזינגן די יום טובדיג'ע ניגונים. אבער ווען עס איז געקומען ארויסצונעמען די ספרי תורה פונעם ארון הקודש און דער זקן האט אנגפאנגן צו זינגן די "על הכל" בנוסח קאזניץ, האט אים א ציפ געגעבן אין הארץ, און ער האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און האט אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין, דער רבי האט תיכף געשריגן צו אים, נו!, יום טוב! די עולם האט זיך געשטארקט כדי נישט מצער צו זיין דעם רבי'ן, אזוי איז אויך אריבער די צווייטע טאג יום טוב.
עס איז פרייטאג נאכמיטאג די צווייטע טאג יום טוב, עס איז ערב שבת, סמוך לכניסת השבת האט דער קדוש רבי אלימלך בנציון געשפירט ווי אט אט גייט זיין נשמה ארויסגיין פונעם גוף, ער האט געבעטן וויין און האט קידוש געמאכט, תיכף נאך קידוש יצאה נשמתו בקדושה ווען נעבן די בעט שטייט זיין גרויסער פאטער.
באהבה רבה הצדיק רבינו עליו את דינו, מחמת קדושת החג האט ער דערשטיקט זיין צער, און אפילו א אנחה קלה א קרעכץ האט מען נישט געהערט פון אים.
אזוי האט ער זיך אויך געפירט ביום השבת און זיך איינגהאלטן פון קלאגן. ער האט געפירט טיש, און געטיילט שיריים, ווען בשעת מעשה איז מתו מוטל לפניו. הערשט במוצאי מנוחה עם צאת הכוכבים, נפרצו סכרי דמעותיו, האט זיך געעפענט זיינע טרערן קוואלן, וזלגו עיניו דמעות בבכי קורע לב, האט ער געקלאגט אויף מות הקדושים של בנו יחידו מחמד נפשו, אויף דאס ביטערע אומגליק פון פארלירן זיין איין איינציג באליבט קינד.
ער האט זיך דאן אויסגעדריקט פאר איינע פון זיינע מקורבים: איך האב שוין די מלחמה פארשפילט! השי"ת זאל העלפן אז דער כלל ישראל זאל די מלחמה געווינען!
באוירת דכאון מוחץ מיט א נידריגע און געדריקטע שטימונג איז אריבער די ימי חול המועד. בעיקר האט זיך עס געשפירט די ליל שמחת תורה, בשנים כתיקונן האט גענומען די הקפות אין פיסיאנצע הויף שעות לאנג, ברקידון דקדושה און ברוב דביקות, דער רבי פלעגט טאנצן כלפיד אש ללא הרף אן קיין אפשטעל, טרערן פון פרייד האט גערינען פון זיינע אויגן, ואשרי עין ראתהו אין די דערהויבענע מאמענטן.
אנדערש איז אבער געוען די יאר א מספר מצומצם פון מענטשן האבן זיך משתתף געווען אין די תפלות, די הקפות זענען אפגעראכטן געווארן מיט א שנעלקייט, יעדעמ'ס פנים איז געווען איינגעפאלן, דער עולם האט זיך אהיימגעיאגט. אינדערויסן האט געהערשט א טויט שרעק, נאר א קומץ קטן פון בחורים און יונגעלייט וואס זענען געווען צוגעבינדן צום רבין בכל לבם ונפשם, האבן געשפירט אז עדיין תוססת תסיסה פנמיות בנפש הרבי, אז עכ"ז אפילו נאך די ביטערע פערזענליכע טראגעדיע פונעם רבי'ן איז עמוק עמוק פלאמט די פיסיאיעצנע פלאם.
דערציילט א תלמיד וואס האט אליין בייגעוואוינט וואס איז נאכדעם פארגעקומען אין בית המדרש. מיר זענען געווען דארט ווייניגער ווי א מנין, שבורים ורצוצים צובראכן און צוזעצט ביזן דכדוכה של נפש. און פלוצים, דער רבי גייט צו צום עמוד, און פאנגט אן די ניגון 'אשת חיל' בנוסח קארלין, מיט א התלהבות און א פלאם, איבער א שעה האט ער מאריך געווען אין די ניגון, מתוך ערגון וצמאון נפשו המתלהטת שהתפרצה עתה על גדותיה. ער האט נישט געשפירט גארנישט, ער איז געווען אויסגעטון פון די וועלט, הייסע טרערן האבן זיך געגאסן פון זיינע אויגן, קיין מענטש האט נישט געקענט גלייבן אז דער רבי שטייט יעצט בעיצומם פון די ימי אבילות פון זיין איינציג קינד. אט אט, האט די פחד און צובראכענקייט אויסגעוועפט פון אונז אלע, דערציילט די תלמיד. מיר האבן פארגעסן, וואס מלחמה? ווען צרות? די געזאנג פונעם רבי'ן, גברה והלכה איז
געווארן שטערקער און שטערקער, יעדער פון אונז האט געשפירט ווי אלעס גייט ארויף אויבען, מ'האט געשפירט ווי מ'איז זיך מתייחד היונה התמה כנסת ישראל, אשת חיל עטרת בעלה, בדודה יתברך. אפילו אין אזא הסתר פנים, בואו ונשמח אני אתם, קומט לאמיר זיך ביידע פרייען, האבן מיר געהערט די קול ה' וואס איז ארויסגעקומען פון צווישן די שפאלטן פון חושך ענן וערפל. איזה הסתר וואס פעלט אונז אין אזאנע מאמענטן? מיר זענען דאך נהנה מזיו השכינה.
אט די רגעים, פארענדיגט די תלמיד: חרותים בלבי לנצח, איז מיר טיף איינגעקריצט אין מיין הארץ, לא אשכחם לעולמים, און איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן.
דער אש קודש דער הייליגער פיאסענעצנער האט כובש געווען ווען די צער איז געווען צערו זיין צער, אבער ווען עס האט זיך געהאנדעלט פון די צער פון אידישע קינדער האט ער זיך נישט אייביג געקענט איינהאלטן.
געווען איז עס ווען די נאציס האבן איין טאג געכאפט הונדערטער קינדער אינעם ווארשא געטא, און זיי אוועקגעפירט לגיא ההריגה. דאן האט זיך דער אש קודש צופלאמט, און געשריגן בקול רעש גדול: ווי אזוי שטייט נאך די וועלט? וויאזוי ווערט עס נישט איבערגעדרייט לתוהו ובוהו? ווען די עשרה הרוגי מלכות זענען אומבגערענגט געווארן במיתות משנות, צרחו אראלים, זו תורה וזו שכרה? און א בת קול איז ארויסגעקומען און געזאגט, אויב הער איך נאך א קול וועל איך איבעדרייען די וועלט צו וואסער. און יעצט, ילדים תמימים, מלאכים טהורים, אויך גדולי ישראל ווערן געהארגעט, און גע'שחט'ן בלויז ווייל זיי זענען אידן! זיי זענען גרעסער ווי מלאכים, די חללו של עולם ווערט אנגעפילט מיט די געשרייען און צעקות פון 'ראטעוועט, ראטעוועט' זיי שרייען זו תורה וזו שכרה? ובכל זאת, די וועלט דרייט זיך נישט איבער עס בלייבט שטיין כאילו גארנישט זאל ווען געשעהן....
רבונו של עולם, הבט משמים וראה מיט די אלע צער וצרות איז ובכל זאת שמך לא שכחנו, מיר בעטן דיר, נא אל תשכחנו, פארגעס נישט פון אונז, שוב מחרון אפיך צוה צוריק פון דיין חרון אף, בזכות הקדושים אונזערע זיידעס און באבעס וואס זענען פאר קנאפע זיבעציג יאר צוריק אומגעבראכט געווארן דורך די רשעים הארורים בלויז ווייל זיי זענען געווען אידן! אבער קיין טענות האבן זיי נישט געהאט, יצאתה נשמתם 'בשמע ישראל' שמך לא שכחנו, מיר בעטן דיר נא אל תשכחנו, לייז אונז שוין אויס, מיר זענען שוין אזוי לאנג אין דעם ביטערן גלות.

די לעצטע ווערטער

שריפת מושב זקנים – וכי כל כך חטאנו?

ווארשא, שנת ת"ש יום הכיפורים שחל בשבת[ג]

סוכות שנת ת"ש, שבר על שבר על שבר

עפילאג
רבונו של עולם, הבט משמים וראה מיט די אלע צער וצרות איז ובכל זאת שמך לא שכחנו, מיר בעטן דיר, נא אל תשכחנו, פארגעס נישט פון אונז, שוב מחרון אפיך צוה צוריק פון דיין חרון אף, בזכות הקדושים אונזערע זיידעס און באבעס וואס זענען פאר קנאפע זיבעציג יאר צוריק אומגעבראכט געווארן דורך די רשעים הארורים בלויז ווייל זיי זענען געווען אידן! אבער קיין טענות האבן זיי נישט געהאט, יצאתה נשמתם 'בשמע ישראל' שמך לא שכחנו, מיר בעטן דיר נא אל תשכחנו, לייז אונז שוין אויס, מיר זענען שוין אזוי לאנג אין דעם ביטערן גלות.
[א] אין כסלו תש"ג איז רבי ברוכ'ל פארשיקט געווארן פון קומארנא קיין סאמבור.
[ב] הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל האט אין זיינע שיעורים איבערצייגט אז די ביטערע קריג איז געווען 'מדה כנגד מדה' בספר 'עשן הכבשן' מאמר יז ברענגט דער מחבר צו מתוך שיעורי רבי אביגדור, ווי רבי אביגדור ערקלערט בטוב טעם מיט דעטאלן איבער די היסטאריע פון בעפאר די קריג, און ווי מ'זעהט אז יעדע עונש איז געווען מדה כנגד מדה, עס איז כדאי עס
דורכצולערנען.
[ג] מתוך 'שערי מדע' ויצא תשע"ד מאמר נגינה חלק א'

הוסף רשומת תגובה