וואשינגטאן – טראמפ האט באנייט די באשולדיגונגען, אז מען האט אומלעגאל שפיאנירט אויף זיין קאמפיין. טראמפ'ס פרישע באשולדיגונג, איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט האט פובליצירט דאקומענטן, וועלכע האבן געצייגט וויאזוי די עף-בי-איי האט אריינגעגעבן א ביטע צום געהיימען "פייסא געריכט" צו באקומען ערלויבעניש נאכצוקוקן און אונטערהערן קארטער פעידזש, וועלכער איז געווען אין פארבינדונג מיט רוסישע באאמטע און איז געווען אומאפיציעל א טראמפ קאמפיין ראטגעבער. אין די דאקומענטן זעט מען אז די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געהאט פילע באווייזן קעגן פעידזש, און נישט נאר די קאנטראווערסיאלע "טראמפ דאסיער", אבער טראצדעם זאגט טראמפ אז די דאקומענטן באשטעטיגן אז מ'האט שפיאנירט אויף זיין קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל