טוניזיע – א אידישער ביזנעסמאן אין טוניזיע האט פובליצירט בילדער, אין וועלכע מען זעט וויאזוי א גרופע פארשוינען דרייען זיך אין א אידישן בית החיים און מאכן דארטן א גאנצן צוזאמקום מיט גריל און פרעסעריי. די בילדער האט דער ביזנעסמאן אליהו טראבאלסי געכאפט ווען ער איז געקומען צום בית החיים אין דער טוניזיער שטאט סאוס, וואו עס וואוינען בלויז געציילטע אידישע פאמיליעס, אין דער צייט וואס די שטאט האט פארמאגט זעקס טויזנט אידן ווען טוניזיע איז געווארן זעלבסטשטענדיג מיט 62 יאר צוריק.

די לאקאלע פאליציי האבן גענומען גאר ערנסט דעם אינצידענט, און האבן געמאלדן דעם ארעסט פון זעקס אנדערע פארשוינען, וועלכע האבן ענליך געשענדעט דעם בית החיים מיט א שוואוילטאג און הוליערייען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל