באסניע – אנטיסעמיטישע גראפיטי זענען געפונען געווארן אנגעפארבט אויף עטליכע געביידעס, אין צוויי באסניער שטעט וואו אידן וואוינען. די גראפיטי אינצידענטן האבן פאסירט אין סאראיעווא און טוזלא, און די אידישע געמיינדעס אין ביידע שטעט האבן אויסגעדרוקט גרויס זארג. דער סאראיעווא מעיאר אבדולא סקאקאו, א מוסולמענער, האט אין א סטעיטמענט פארדאמט די אינצידענטן, זאגנדיג אז די גראפיטי גייט קעגן דעם שטאלץ פון דער שטאט, וועלכע האט לאנגע יארן טאלערירט איינוואוינער פון אלע לעבנס-שטרעמונגען און גלויבנס – און מעיאר סקאקאו האט פארשפראכן צו כאפן און ארעסטירן די שולדיגע. ראבערט סינגער, אן אייראפעאישער אידישע אקטיוויסט, האט אדרעסירט די אינצידענטן, צולייגנדיג אז היינט צוטאגס וואוינען בערך טויזנט אידן אין גאנץ באסניע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל