קאבול – דער אפגאנער וויצע פרעזידענט, אבדול ראשיד דוסטאם, האט נעכטן איבערגעלעבט אן אטענטאט פארזוך, ווען א באמבע האט אויפגעריסן אינעם קאבולער לופטפעלד בשעת ער האט זיך אומגעקערט אהיים. דוסטאם איז אהיימגעקומען פון טערקיי, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פאר די לעצטע צוועלף מאנאטן, נאכ'ן אנטלויפן פון אפגאניסטאן, ווען ער איז געקומען אונטער קריטיק אויף באשולדיגונגען אז ער האט ארעסטירט און געטשעפעט א פאליטישן קעגנער. די באמבע האט אויפגעריסן - ווי נעכטן באריכטעט - נישט ווייט פונעם פליגער פון וועלכע דוסטאם איז אפגעשטיגן, אבער ער האט געהאט פארלאזט דאס לופטפעלד געציילטע סעקונדעס בעפאר'ן אויפרייס. 14 זענען אומגעקומען און 50 פארוואונדעט געווארן, און אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
הוסף רשומת תגובה