האוואנא – א "דרעפט" פון דער נייער קאנסטיטוציע וואס די קובאנער רעגירונג וויל אריינשטעלן אין קראפט, זאגט קלאר אז זיי צילן אוועקצודרייען פון ביז יעצטיגן קאמוניזם, און אנשטאט ווילן זיי איינשטעלן א "פריינטליכע" סאציאליסטישע סטיל רעגירונג. די קובאנער נאציאנאלע אסעמבלי האט אנגעהויבן די ערשטע שטאפלען פון דעבאטירן די נייע קאנסטיטוציע, וועלכע וועט ערזעצן די ביז יעצטיגע קאנסטיטוציע וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין דער סאוויעטישער עפאכע. אין דער קאנסטיטוציע ווערן אויסגערעכנט פארשידענע פאליטישע, סאציאלע און עקאנאמישע רעפארמען – וואס טראץ ס'איז ווייט פון דעמאקראטיע, און דאס לאנד וועט ווייטער פונקציאנירן אלס אן איין-פארטיי לאנד, גיט דאס האפענונג אז קובא רוקט זיך מער צו פרייהייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל