איסלאמאבאד – מערב וועלט אבזערווירער קוקן זיך צו מיט זארג צום רעאליטעט, אז אין די וואלן וועלכע גייען פארקומען די וואך מיטוואך אין פאקיסטאן, לויפן אויך א גרויסע צאל קאנדידאטן וועלכע באלאנגען צו פארטייען און גרופעס וועלכע זענען גאר נאענט פארבינדן מיט טעראר גרופעס, און טייל פון די פארטייען זענען גאר פליגלען פון טעראר גרופעס זעלבסט. צווישן אנדערן האט מען געזען אין די לעצטע וואכן ווי דער פארשוין האפיז סאאיד, וועלכער ווערט באשולדיגט אלס דער מייסטערקאפ פון די ברוטאלע מומביי אטאקעס פון יאר 2008, פארט ארום איבער'ן לאנד קאמפיינען, און דער ציל פון די איסלאמיסטישע קאנדידאטן, איז אריינצוברענגען מער איסלאמיזם אין דער רעגירונג.
הוסף רשומת תגובה