טעהראן – דער איראנער פרעזידענט, כאסאן רוכאני, איז ארויסגעקומען נעכטן מיט א שארפער סטראשע, זאגנדיג אז אויב אמעריקע וועט זיך רייצן מיט איראן, "דארף אמעריקע וויסן, אז א מלחמה מיט איראן, וועט זיין דער מוטער פון אלע מלחמות". רוכאני האט צוגעלייגט, אז טראמפ זאל זיך היטן, "נישט צו שפילן מיט'ן לייב'ס וויידל, ווייל עס וועט פירן צו חרטה".

די גאר שארפע ווערטער און סטראשע פון רוכאני, איז געקומען אלס רעאקציע צו דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט שוין אונטערגענומען די ערשטע שריט צוריקצושטעלן סאנקציעס אויף איראן. באזונדער האט רוכאני רעאגירט אויף באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אונטערגענומען א קאמפיין אנצוזייען כאאס אין איראן זעלבסט, דורכ'ן אויפהעצן די באפעלקערונג קעגן דעם רעזשים.

שפעט ביינאכט האט טראמפ געשריבן זייער א שארפן מעסעדזש, אדרעסירט דירעקט צום איראנער פרעזידענט ביים נאמען: "רוכאני, קיינמאל, אימער זאלסטו נישט סטראשען נאכאמאל די פאראייניגטע שטאטן, אנדערש וועסטו ליידן קאנסעקווענצן, די סארט וואס ווייניג דורכאויס היסטאריע האבן אמאל פריער געליטן. מיר זענען מער נישט קיין לאנד וואס וועט שטיין פאר דיינע מטורף'דיגע ווערטער פון גוואלדטאטן און טויט. זיי פארזיכטיג!"

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל