ווארשא – א פוילישער ארטיסט, וועלכער האט אין דער פארגאנגענהייט געלאזט פאלן גאר העסליכע אנטיסעמיטישע קאמענטארן, איז באעהרט געווארן מיט א הויכער באעהרונג דורך דער פוילישער רעגירונג. די רעדע איז פון רייזשארד מאקאווסקי (Ryszard Makowski), א 62 יעריגער קאמעדיקער, וועלכער האט מיט צוויי יאר צוריק געגעבן א רעדע, ביי וועלכע ער האט געזאגט אז "קארופטירטע באנקירן זענען שוין אן אלטע זאך, אזוי אלט ווי צימעס און געשעפטן", צולייגנדיג שפעטער אז אידן זענען זיך אליינס שולדיג פאר'ן אויפהעצן אנטיסעמיטיזם קעגן זיי, דורך זייערע קרימינאלע אקטיוויטעטן. אצינד האט ער באקומען א באעהרונג, וואס איז די העכסטע רעגירונג מעדאל פאר ארטיסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל