וואשינגטאן – א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט גרייטן זיך ארויסצושטעלן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין. רעפובליקאנער זענען נישט צופרידן וויאזוי ראזענסטיין פירט אן די רוסלאנד אויספארשונג, און אז ראזענסטיין גיט אזויפיל פרייהייט און מאכט פאר ראבערט מוללער. קאנגרעס קוועלער זאגן, אז די 2 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט מארק מעדאוס און דזשים דזשארדען, זענען פרייטאג באמערקט געווארן האלטנדיג אין די הענט צוגעגרייטע אימפיטשמענט דאקומענטן פאר ראזענסטיין. רעפובליקאנער קאנגרעס פירער האבן אבער אוועקגעמאכט די גאנצע זאך, אלס א לעכערליכער פאליטישער שפיל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל