וואשינגטאן – די קאנסערוואטיווע "העריטעדזש פאונדעישאן" ארגאניזאציע האט געמאלדן, אז זיי וועלן אין די קומענדיגע מאנאטן אויסגעבן זייער גאנצן בודזשעט פון 11.5 מיליאן דאלאר פאר'ן יאר, אויף צו פארזיכערן אז טראמפ'ס סופרים קאורט ריכטער ברעט קאוואנאו ווערט באשטעטיגט דורכ'ן סענאט. די געלטער וועלן געשפענדעט ווערן פאר רעקלאמעס אין די סטעיטס וואו עס לויפן פאר ווידערוויילונג די רעפובליקאנער מעסיגע סענאטארן סוזען קאלינס און ליסע מורקאוסקי, וואס ס'הערשט א זארג אז זיי וועלן נישט שטימען פאר קאוואנאו, און אויך אין די סטעיטס וואו עס לויפן מעסיגע דעמאקראטישע סענאטארן דזשאן טעסטער, דזשאו דאנאלי, באב קעיסי, דזשאו מענשין, צו לייגן דרוק אז זיי זאלן זיך אויך צושטעלן און שטימען פאר קאוואנאו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל