וואשינגטאן – א 29 יעריגע רוסישע פרוי, מיט פארבינדונגען צו דער קאנסערוואטיווע פרא-גאן "ען-אר-עי" גרופע, איז אנגעקלאגט געווארן מיט פעדעראלע קלאגעס, אז זי האט געדינט אלס שפיאן פאר רוסלאנד. די פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז די פרוי מאריא בוטינא האט דירעקט אנטוויקלט פארבינדונגען און נאענטשאפט מיט אמעריקאנער אינדיווידועלן און ארגאניזאציעס, מיט'ן ציל צו האבן אן איינפלוס אויף אמעריקאנער פאליטיק און פאליסי, פאראויסצורוקן רוסלאנד'ס אינטערעסן. בוטינא איז שוין באקאנט פאר איר ראלע אין פרובירן סקעדזשועלן א זיצונג צווישן טראמפ אלס קאנדידאט און פוטין.
הוסף רשומת תגובה