פוילן – א גרופע אונגארישע טוריסטן זענען געכאפט און ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס זיי האבן פרובירט צו רויבן שטיקער ציגל פונעם טרויעריג-בארימטן אוישוויץ מארד לאגער. די צוויי זענען געכאפט געווארן ווען א טוריסט האט זיי באמערקט ארויסרייסן שטיקער ציגל פון איינס פון די קרעמאטאריומס וועלכע שטייען נאך אין אוישוויץ, און יענער האט אלארמירט די אויטאריטעטן, וועלכע זענען געקומען און זיי ביידע ארעסטירט. די צוויי האבן ערקלערט פאר די פאליציי, אז זיי האבן געוואלט נעמען די ציגל אלס טשאטשקעס כדי צו געדענקען זייער באזוך אין אוישוויץ, אבער די פאליציי האט זיי ערקלערט אז ס'איז אומלעגאל. די צוויי האבן באקומען א 400 דאלארדיגן שטראף און א סוספענדירטן אורטייל פון איין יאר טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל