קאליפארניע - א נייער מעדיצין וועט אריין גיין אין באנוץ אין נאנטן צוקונפט, און עס וועט באקעמפן כראנישע קאפ-ווייטאג פאר מענטשן וועמען אנדערע מעדצינען העלפן נישט.

בילד



דער נייער מעדיצין ווערט גערופן מיטן נאמען ערענאמעב - עימאווימג "Erenumab Aimovig" -וואס באשטייט פון "אנטיבאדיס" – און עס ארבעט דורכ'ן בלאקירן א געוויסע "מאליקיול" וואס ברענגט די ווייטאג דורכאויס א מייעגרעין-אטאקע. די מעדיצין קומט אין פארעם פון א לאנג-טערמיניגע איינשפריץ וואס וועט צוריקהאלטן "מיעגרעין" נאך איידער זי אטאקירט די מענטש.

מער פון 37 מיליאן אמעריקאנער ליידן פון "מיעגרעין" אטאקעס, לויט א באריכט אין די "אמעריקן העדעק- סאסייעטי", צווישן זיי זענען פארהאן 4 מיליאן מענטשן וואס ליידן פון כראנישע 'מייעגרעין' און ליידן פון אומדערטרעגליכע קאפ-ווייטאג, פאר 10 ביז 14 טעג א חודש.

אסאך מענטשן ווערן טאקע געהאלפן דורך די ביליגע אווער-דע-קאונטער מעדיצינען ווי "טיילענאל" אדער "מאטרין", אנדערע דארפן צוקומען צו מער מאכטפולע מעדיצינען וואס פארשמעלערן די בלוט-אדערן אין מוח און עס ברענגט ביי טייל מענטשן ביטערע נאכווייען ווי איבלען און שווינדלערייען, אבער א גרויסע טייל "מיעגרעין" ליידנדע, דראפען זיך אויף גראדע ווענט נישט קענענדיג טרעפן א מעדיצין וואס זאל כאטש אפשטילן זייערע ווייטאגן.

דר. פיטער גאעטסבי, א בארימטע "פראפעעסאר אוו נוראלעדזשי ביי די "קינגס קאלעדזש לאנדאן, יו-קעי און יוניווערסיטי אוו קאליפאערניע, סאן פראנציסקא", זאגט אז דער נייער מעדיצין איז א היסטארישע דורכברוך און עס וועט אינגאנצן טוישן דער צוגאנג וויאזוי "מיעגרעין" ווערט באהאנדלט ביי מענטשן וואס קענען נישט טרעפן קיין רפואה, אדער בארואיגונג.

אין דער עקספערימענט, האבן אנטיילגענומען מערערע פאציענטן אין די עלטער פון 18 יאר און העכער, וואו זיי האבן געדארפט באריכטן צווישן 4 און פערצן "מיעגרעין" עפיזאדן, אדער 15 כראנישע 'מיגרעינס-פער-מאנאט" וואו מעדצינען האט זיי נישט געהאלפן, און די רעזולטאטן געווען שטוינענד: דער נייער מעדיצין האט רעדוצירט די ראטעס פון חודש'ליכע 'מיעגרעין' קאפ-ווייטאג מיט פופציג פראצענט פאר נאנט צו א דריטל מענטשן.

דער נייער מעדיצין איז אפעציעל באשטעטיגט געווארן דורך די "פוד-ענד-דראג אדמיניסטרעישאן" פאריגן מאי 17 , און עס וועט געדעקט ווערן דורך מערערע אינשורענס פירמעס ענדע יאר.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל