טיילאנד – אין טיילאנד און איבער דער גארער וועלט, האט מען נעכטן אפגעאטעמט מיט גרויס פרייד, נאכדעם וואס די געוואגטע מיסיע ארויסצוראטעווען אלע דרייצן פארכאפטע פונעם פארפלייצטן הייל אין טשיאנג-רי, איז געקומען צו א סוקסעספולער ענדע, מיט אלע דרייצן אינדרויסן פונעם הייל לעבעדיגערהייט.

די רעטונג איז געקומען צו אן ענדע, כמעט דריי וואכן נאכדעם וואס די גרופע פון 12 סטודענטן און זייער באגלייטער זענען שטעקן געבליבן אינעם הייל. די דראמא האט געהאלטן געשפאנט מיליאנען איבער דער וועלט, און העכער טויזנט זעלנער און עקספערטן פון פילע לענדער, זענען געווען פארמישט אין דער רעטונג.

די דרייצן זענען טאקע אצינד שוין אינדרויסן פונעם הייל, אבער באאמטע זאגן אז עס ווארט זיי נאך א לאנגער וועג, זיך צוריקצוקערן צום נארמאלן לעבן. ערשטנס זענען זייערע אימיון סיסטעמען גאר אפגעשוואכט, און אפילו ווען זיי וועלן שוין זיין פיזיש געזונט, וועלן זיי ווארשיינליך ליידן פון ערנסטע טראמא וואונדן פאר א לאנגע צייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל