בריסל – דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ איז נעכטן געפארן קיין אייראפע, וואו ער וועט אפשטאטן א באזוך אין עטליכע לענדער. צווישן די פארשידענע סטאפס וואס טראמפ וועט מאכן, שטארט ארויס דער נאטא סאמיט וועלכע וועט היינט פארקומען, וואס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט נעכטן פריש אטאקירט די נאטא לענדער, פאר'ן נישט שפענדן גענוג געלט אויף מיליטער, און פאר'ן זיך פארלאזן אויף אמעריקע. טראמפ וועט דאנערשטאג זיך הייבן פון בריסל און פארן קיין לאנדאן, פאר א זיצונג מיט'ן בריטישן פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, דאן וועט ער פארן צו זיין פריוואטן גאלף רעזארט אין גלעסגאו, סקאטלאנד אויף עטליכע טעג, און דערנאך וועט ער פארן קיין העלסינקי, פינלאנד פאר'ן סאמיט מיט פוטין.
הוסף רשומת תגובה