בעיזשינג – דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט נעכטן געמאלדן א גרויסצוגיקן פלאן, אויסצוגעבן צוואנציג ביליאן דאלאר אין הלוואות, און 106 מיליאן דאלאר אין דירעקטע געלטער, פאר מיטל מזרח לענדער. בעיזשינג האט אין די לעצטע יארן פארשטארקערט איר קאמפיין צו באקומען אלס מער און מער איינפלוס אינעם מיטל מזרח ראיאן, און דזשינפינג האט געמאלדן זיין פלאן נעכטן ביי א ספעציעלער זיצונג וואו ער האט זיך געטראפן מיט פארשטייער פון 21 אראבישע לענדער. פון די 106 מיליאן דאלאר, וועט 15 מיליאן גיין פאר די פאלעסטינער און 91 מיליאן ארויסצוהעלפן ירדן, לבנון, סיריע און תימן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל