בערלין – דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין דייטשלאנד האט ארויסגעשיקט א פארלאנג צו דער דייטשישער רעגירונג, אז זיי זאלן נישט פאראויסגיין מיט א פלאן צו ערלויבן די איראנער רעגירונג ארויסצונעמען גרויסע סומעס קעש געלטער פון בענק אקאונטס אין דייטשלאנד. באריכטן אין עטליכע דייטשע צייטונגען האבן געלויטעט, אז דייטשלאנד פירט געשפרעכן מיט איראן איבער'ן נוקלעארן אפמאך, און אלס אינסענטיוו צו לייגן דרוק, אז איראן זאל וועלן פארבלייבן אינעם דיעל, קלערט דייטשלאנד פון ערלויבן איראן ארויסצונעמען 300 מיליאן יוראס פון איינגעפרוירענע אקאונטס, מיט'ן ציל אביסל צו לינדערן די פינאנציעלע שמערצן פון די צוריקגעשטעלטע אמעריקאנער סאנקציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל