וואשינגטאן. – עקספערטן זאגן, אז צפון קארעא'ס פרישע שארפע רעטאריק קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, איז א צייכן אז זיי ווילן יא ווייטער פירן געשפרעכן, און גרייכן א דיעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע. די טראמפ אדמיניסטראציע איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען צפון קארעא האט ארויסגעגעבן דעם שארפן מעסעדזש נאכדעם וואס סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט באזוכט דארטן שבת, אבער די עקספערטן זאגן אז ס'איז מעגליך פשוט א טאקטיק וואס צפון קארעא נוצט, צו לייגן דרוק אז אמעריקע זאל זיי נאכגעבן.
די עקספערטן זאגן, אז אויב וואלט צפון קארעא נישט געווען ערנסט מיט'ן אויפגעבן זייערע וואפנס, וואלטן זיי ווייטער געפירט אמעריקע מיט פארפירערישע סטעיטמענטס און פאלשע צוזאגונגען - און דער פאקט אז זיי האבן ארויסגעגעבן אזא שארפע סטעיטמענט, אז אמעריקע פארלאנגט צופיל זאכן, ווייזט אז זיי ווילן יא עכט פירן געשפרעכן און גרייכן א דיעל, וואס וועט עווענטועל פירן, לויט ווי די טראמפ אדמיניסטראציע האפט, צו א נוקלעאר-ריינע צפון קארעא.

הוסף רשומת תגובה