ניו יארק – אין אמעריקע זענען פארהאן די 4 גרעסטע לופטליניעס וועלכע קאנטראלירן איבער 80 פראצענט פון דאמעסטישע רייזעס, און דאס איז א נעגאטיווע זאך פאר קאסטומערס, וויבאלד די לופטליניעס שפירן נישט פאר וויכטיג זיך צו קימערן מיט זייערע געברויכן און טענות. דעיוויד ניעלמאן, גרינדער פון "דזשעט-בלו", האט ארויסגעשטעלט א פלאן וואס וועט דאס טוישן. ניעלמאן וויל גרינדן א נייע דאמעסטישע לופטליניע, ביים נאמען "מאקסי" (Moxy), וואס וועט נוצן "עירבאס עי-220" פליגערס, וועלכע האבן מער-ווייניגער נאר רייעס פון פער-צוויי זיצן, וואס באדייט אז ס'וועלן נישט זיין קיין סאך "מיטלסטע זיצן" וועלכע זענען זייער אומבאקוועם. אויך קומען די סארט פליגערס מיט מער "ספעיס" צווישן זיצן, און די זיצן זעלבסט זענען גרעסער.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל