אלבאני – דער ניו יארקער גאווערנאר, ענדרו קאומאו, טרייבט אויף פיל מער געלט ווי זיין ליבעראלער קעגנער סינטיע ניקסאן, אבער פארט שטייט קאומאו אויס קריטיק און פראגעס איבער געוויסע ביישטייערער. לויט די אפיציעלע ציפערן, האט קאומאו אויפגעטריבן העכער 6 מיליאן דאלאר אינעם ערשטן העלפט פון יאר 18' און האט יעצט 31 מיליאן דאלאר אין זיין ווידערוויילונג קאסע. זיין קאמפיין טוט זיך אויף, אז 57 פראצענט ביישטייערונגען, דאס הייסט בערך 1,100 ביישטייערונגען, האבן זיי באקומען פון קליינע ביישטייערונגען דורך פשוט'ע מענטשן – אבער א טיפערע בליק דעקט אויף, אז די קליינע ביישטייערונגען ווערן געמאכט דורך קאומאו'ס נאענטסטע פריינט און געוועזענע ראטגעבער, אריינגערעכנט קריסטאפער קים פון קווינס, וועלכע האט געגעבן 77 דאלאר, אבער דאס אויסגעשפרייט אין פיצינקע 69 ביישטייערונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל