וואשינגטאן – אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער האבן נעכטן דערציילט, אז דער פענטאגאן האט שוין צוזאמגעשטעלט אן אפשאצונג וויפיל עס וועט אפקאסטן דורכצופירן א מאסיווע מיליטערישע פאראדע אין וואשינגטאן די-סי, לויט וויאזוי פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט. לויט די קוועלער, וועט די פאראדע אפקאסטן בערך צוועלעף מיליאן דאלאר, אבער די באאמטע זאגן אז עס קען זיך נאך טוישן, ווייל די פאראדע פלענער זענען נאך ווייט פון ענדגילטיג באשטעטיגט. דעמאקראטן האבן זיך ארויפגעכאפט און אנגעצייגט אויפן פאקט, אז טראמפ'ס אפגעשאפענע מיליטערישע מושטירונגען מיט דרום קארעא, צו באפרידיגן צפון קארעא, האבן בלויז אפגעקאסט 14 מיליאן דאלאר, טראץ טראמפ'ס סטעיטמענט אז ס'קאסט גאר טייער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל