לאס אנדזשעלעס – א לאס אנדזשעלעס סופרים קאורט געריכט האט נעכטן פארארדענט, אז די קאליפארניע סטעיט עלעקשאן באאמטע, זאלן אראפנעמען פונעם שטים צעטל א רעפערענדום אפשטימונג, צי מען זאל צעטיילן די סטעיט אין דריי באזונדערע נייע סטעיטס. דער רעפערענדום קאמפיין איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ביליאנער טים דרעיפער, וועלכער האט באוויזן צו באקומען גענוג שטימען אז ס'זאל קענען ווערן ארויפגעשטעלט אויפן שטים צעטל אלס אפיציעלע פראגע. אנדערע גרופעס האבן אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע, זאגנדיג אז דער רעפערענדום פארלעצט קאליפארניע'ס סטעיט קאנסטיטוציע, און נעכטן האט דאס געריכט געגעבן גערעכט פאר די אנדערע גרופעס, און דער רעפערענדום איז בטל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל