וואשינגטאן – דער פעדעראלער קאמערץ דעפארטמענט האט געמאלדן, אז זיי האבן אונטערגענומען אן אויספארשונג, צי דאס אז אמעריקע לאזט פירמעס פון אנדערע לענדער אימפארטירן אוראניום מאטעריאל קיין אמעריקע, האט עפעס אן אפעקט אויף אמעריקע'ס נאציאנאלע זיכערהייט. די אויספארשונג איז פארארדענט געווארן אלס טייל פון פרעזידענט טראמפ'ס קאמפיין איינצוצוימען אימפארטס פון אנדערע לענדער, און דער קאמערץ דעפארטמענט צייגט אן, אז אין די 1980'ער יארן האבן אמעריקאנער אוראניום מינעס צוגעשטעלט מער ווי האלב וויפיל אוראניום דאס לאנד פארנוצט, און יעצט טוען די אמעריקאנער מינעס בלויז צושטעלן 5 פראצענט, און די איבריגע קומט פון אויסלאנד.
הוסף רשומת תגובה