וואשינגטאן – דער אינספעקטאר דזשענעראל אינערהאלב דער פעדעראלער אינערן דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז ער האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין, צי טראמפ'ס אינערן סעקרעטאר רייען זינקע האט פארלעצט עטליכע געזעצן. די אויספארשונג באציט זיך איבער א דיעל וואס די אויל פירמע האליבורטאן האט געשלאסן אין זינקע'ס היימשטאט ווייטפיש, מאנטענא, צו ערלויבן האליבורטאן צו בויען דארט א פראיעקט, און אין אויסטויש האט זינקע און זיין פרוי באקומען פארשידענע ביזנעס געלעגנהייטן פונעם דיעל. די אויספארשונג צילט צו דערגיין, צי זינקע האט מעגליך פארקוקט פעדעראלע רעגולאציעס ביים באשטעטיגן דעם האליבורטאן דיעל, וויסנדיג אז ער גייט דערפון רייך ווערן.
הוסף רשומת תגובה