וואשינגטאן – די קאנגרעסיאנאלע דעמאקראטן האבן נעכטן ארויסגעשטעלט זייער נייעם סלאגאן פאר די יעצטיגע מידטוירם וואלן, און דער סלאגאן איז "פאר די בירגער". דער סלאגאן נעמט זיך פון א היסטארישן אויסדרוק פון די גרינדער פון די פאראייניגטע שטאטן, אז אמעריקע איז א לאנד "דורך די בירגער און פאר די בירגער". ביז יעצט האבן די דעמאקראטן גענוצט פאר די מידטוירם וואלן דעם סלאגאן "א בעסערער דיעל", אבער זיי האבן געטוישט צו "פאר די בירגער", וויבאלד זיי ווילן אז די וויילער זאלן באקומען דעם איינפאכן מעסעדזש, אז די דעמאקראטן זענען דא צו רעפרעזענטירן די בירגער און ארויסהעלפן די בירגער. דעמאקראטן זאגן אבער פארט, אז זיי זעען איין, אז ס'איז ווייט פון אזא צוציענדיגע און מאגנעטישע סלאגאן ווי "מעיק אמעריקע גרעיט עגעין".

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל