לאנדאן- אן 800 יעריגע טראדיציע, פון ציילן וויפיל קאטשקעס די בריטישע קעניגין האט אונטער איר אייגנטום, האט זיך אנגעהויבן די וואך. דער סיסטעם פון ציילן די קאטשקעס, ספעציפיש די ווייסע סארט "סוואנס", ארבעט אז עס זענען דא דריי גרופעס, וועלכע גייען ארום אויף שיפלעך לענגאויס די טעמעס טייך אין א צייט אפשניט פון פינף טעג, און זיי מאכן א צייכן אויף יעדע געציילטע קאטשקע, צו פארזיכערן אז קיין איין קאטשקע ווערט נישט געציילט מער ווי איינמאל. לעגאל און אין רעאליטעט, באלאנגען נישט די קאטשקעס פאר די קעניגין, נאר דאס ווערט אזוי אנגערופן סימבאליש, און איז טייל פון א יארן-לאנגע קעניגליכע טראדיציע אין לאנדאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל