עסטרייך – דער אלטער רעטייערטער מאן, גערהארד גייער, איז נישט קיין איד, און זיין פאמיליע איז נישט אפעקטירט געווארן דורך די נאציס, אבער ער טוט עפעס ספעציעל צו העלפן באעהרן די געדענקמאלן פון הונדערטער האלאקאוסט קרבנות. גייער האט לעצטנס אונטערגענומען א פראיעקט אין דער שטאט זאלצבורג, עסטרייך, וואו ער גייט ארום מיט ספעציעלע רייניגונגס מאטעריאלן אויף די גאסן, און טוט אפרייניגן און אויסגלאנצן די באקאנטע "שטאלפער-שטיינער" געדענקמאלן – וואס זענען אזעלכע ספעציעלע אייזערנע טאוולען אריינגעשטעלט אין די טראטוארן איבער דער שטאט, מיט נעמען פון אידישע מלחמה קרבנות.

בילד





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל