וואשינגטאן – דער סקאנדאל-געפלאגטער אי-פי-עי אדמיניסטראטאר, סקאט פרואיט, האט נעכטן קאטעגאריש געלייקנט באריכטן אז ער האט געוואלט ערזעצן דזשעף סעשאנס. די באריכטן האבן געלויטעט אז פאראיאר, ווען טראמפ האט פאר עטליכע וואכן אפן געברויזט קעגן אטוירני דזשענעראל סעשאנס, און אים געוואלט דרוקן צו דער וואנט צו רעזיגנירן, האט פרואיט דאן געזאגט פאר טראמפ אז ער זאל ארויסווארפן סעשאנס, און אים נעמען אלס נייער אטוירני דזשענעראל. פרואיט האט נעכטן געזאגט אז "די באריכטן זענען פשוט פאלש. איך און סעשאנס זענען זייער נאענטע פריינט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל